12 און זכריה האט אים געזען, און האט זיך דערשראקן, און א מורא איז געפאלן אויף אים.
און ווען זיי זענען אריינגעגאנגען אין קבר אריין, האבן זיי געזען א בחור זיצן אויף דער רעכטער זייט, אנגעטאן אין א ווייס קלייד, און זיי האבן זיך שטארק דערשראקן.
זי האט זיך אבער דערשראקן איבער דעם ווארט, און האט זיך געטראכט, וואס זאל די דאזיקע באגריסונג באטייטן?
און ער האט א בליק געטאן אויף אים און זיך געפארכטן, און געזאגט: וואס איז עס, האר? און ער האט צו אים געזאגט: דיינע תפילות און דיינע צדקות זענען ארויפגעקומען לזכרון פאר ה׳.
און ווען איך האב אים געזען, בין איך אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס, ווי א מת. און ער האט געלייגט זיין רעכטע האנט אויף מיר, און געזאגט: האב נישט קיין מורא; איך בין דער ערשטער און דער לעצטער,