11 און א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט זיך באוויזן צו אים, שטייענדיק אויף דער רעכטער זייט פונם מזבח הקטורת.
און דער מלאך האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: איך בין גבריאל (דניאל ח, טז; ט, כא.), וואס שטייט פאר ה׳, און בין געשיקט געווארן צו רעדן צו דיר און דיר אנצוזאגן די גוטע בשורה פון די דאזיקע זאכן.
און אריינקומענדיק צו איר האט ער געזאגט: שלום דיר, דו מיט גנאד באשענקטע, דער האר (ה׳) איז מיט דיר.
און דער מלאך האט צו זיי געזאגט: פארכט זיך נישט! ווארום זע, איך זאג אייך אָן א גוטע בשורה פון גרויסער פרייד, וועלכע איז פארן גאנצן פאלק;
און א מלאך פונם האר (ה׳) האט זיך אוועקגעשטעלט ביי זיי און דער כבוד פון האר (ה׳) האט זיי ארומגעלויכטן, און זיי האבן זיך געפארכטן מיט א גרויסער פורכט.
און א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט ביינאכט אויפגעעפנט די טירן פון דעם געפענקעניש, און זיי ארויסגעפירט, און געזאגט:
צי זענען זיי דען נישט אלע רוחות משרתים, וואס ווערן געשיקט צו דינען די, וועלכע וועלן ירשענען די גאולה?
און דער זעקסטער מלאך האט געבלאזן, און איך האב געהערט א קול פון די פיר הערנער פון דעם גאלדענעם מזבח, וואס שטייט פאר ה׳,