Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 9:4 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

4 מיר מוזן טאן די מעשים פון אים, וואס האט מיך געשיקט, כל זמן עס איז טאג; די נאכט קומט אָן, ווען קיינער קען נישט ארבעטן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 9:4
18 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

זאגן זיי צו אים: ווייל קיינער האט אונדז נישט געדונגען: זאגט ער צו זיי: גייט איר אויך אין וויינגארטן אריין.


און ער זאגט צו דעם מענטשן, וואס האט געהאט די פארדארטע האנט: שטיי אויף און שטעל דיך אין דער מיטן!


יהושע/ישוע האט זיי געענטפערט: א סך מעשים טובים האב איך אייך געוויזן פון דעם פאטער; צוליב וועלכער פון די דאזיקע מעשים, שטייניקט איר מיך?


אויב איך טו נישט די מעשים פון מיין פאטער, זאלט איר מיר נישט גלויבן.


האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: נאך א קליינע וויילע איז דאס ליכט צווישן אייך. גייט זשע אינם ליכט בשעת איר האט עס, כדי די פינצטערניש זאל אייך נישט איבערפאלן; און דער, וואס גייט אין דער פינצטערניש, ווייסט נישט וואו ער גייט.


איך האב דיך פארהערלעכט אויף דער ערד, איך האב פארענדיקט דאס ווערק, וואס דו האסט מיר געגעבן צו טאן.


זאגט יהושע/ישוע צו זיי: מיין שפייז איז, אז איך זאל טאן דעם רצון פון דעם, וועלכער האט מיך געשיקט, און צו ענדיקן זיין ווערק.


יהושע/ישוע האט דעריבער געענטפערט און געזאגט צו זיי: באמת, באמת זאג איך אייך: דער זון קען פון זיך אליין גארנישט טאן, אחוץ דאס, וואס ער זעט דעם פאטער טאן; ווארום וואס ער טוט, דאס טוט אויך דער זון אויף אן ענלעכן אופן.


איך אבער האב דאס עדות זאגן, וואס איז גרעסער ווי יוחננס; ווארום די מעשים, וואס דער פאטער האט מיר געגעבן, כדי איך זאל זיי פארענדיקן, די זעלביקע מעשים, וואס איך טו, זאגן עדות וועגן מיר, אז דער פאטער האט מיך געשיקט.


יהושע/ישוע האט דעריבער געזאגט: נאך א קליינע וויילע בין איך מיט אייך, און איך גיי צו אים, וואס האט מיך געשיקט.


ווארום מיר קענען נישט אנדערש ווי רעדן דאס, וואס מיר האבן געזען און געהערט.


דעריבער, אזויווי מיר האבן א געלעגנהייט, לאמיר טאן גוטס צו אלעמען, און איבערהויפט צום הויזגעזינד פון אונדזער אמונה.


אויסקויפנדיק די צייט, ווייל די טעג זענען בייז.


פירט זיך אין חכמה לגבי די, וואס זענען אין דרויסן, אויסקויפנדיק די צייט.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ