Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 9:34 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

34 האבן זיי געענטפערט און געזאגט צו אים: דו ביסט אינגאנצן געבוירן געווארן אין זינד, און דו לערנסט אונדז? און האבן אים ארויסגעווארפן אינדרויסן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 9:34
34 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און איינער פון די חכמים האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: רבי, ווען דו זאגסט די דאזיקע זאכן, באליידיקסטו אונדז אויך!


ווייל יעדער איינער, וואס דערהייבט זיך אליין, וועט דערנידעריקט ווערן, און ווער עס דערנידעריקט זיך אליין, דער וועט דערהייבט ווערן.


באמת זאג איך אייך: ווער עס וועט נישט אננעמען דאס קעניגרייך פון ה׳ ווי א קינד, דער וועט בשום אופן נישט אריינקומען דערין.


וואויל איז אייך, ווען די מענטשן וועלן אייך האסן, און ווען זיי וועלן אייך ארויסשטויסן און באליידיקן און ארויסווארפן אייער נאמען ווי עפעס בייז, צוליב דעם בר אנש.


אלץ, וואס דער פאטער גיט מיר, וועט קומען צו מיר; און דעם, וואס קומט צו מיר, וועל איך בשום אופן נישט ארויסווארפן אינדרויסן.


איר טוט די מעשים פון אייער פאטער. האבן זיי צו אים געזאגט: מיר זענען נישט געבוירן געווארן דורך זנות; מיר האבן איין פאטער—ה׳.


און זיינע תלמידים האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן; רבי, ווער האט געזינדיקט, דער דאזיקער אדער זיינע עלטערן, אז ער איז געבוירן געווארן בלינד?


דאס האבן זיינע עלטערן געזאגט, ווייל זיי האבן מורא געהאט פאר די יידן: ווארום די יידן האבן שוין געהאט אפגעמאכט, אז ווען עמיצער וועט אים אנערקענען פאר דעם משיח, זאל ער געלייגט ווערן אין חרם אריין.


יהושע/ישוע האט געהערט, אז זיי האבן אים ארויסגעווארפן; און געפינענדיק אים, האט ער געזאגט: צי גלויבסטו אין דעם בר אנש?


און אייניקע פון די פרושים, וואס זענען געווען מיט אים, האבן דאס געהערט, און האבן געזאגט צו אים: צי זענען מיר אויך בלינד?


די אבער אינדרויסן וועט ה׳ משפטן. רוימט אויס דעם שלעכטן מענטשן פון צווישן אייך.


מיר זענען בטבע יידן, און נישט קיין חוטאים פון די אומות (העולם),


צווישן וועלכע מיר האבן אויך אמאל געלעבט אין די תאוות פון אונדזער פלייש, טוענדיק דעם ווילן פון דעם פלייש און פון דעם פארשטאנד, און לויט דער נאטור זענען מיר געווען קינדער פון צארן פונקט אזוי ווי אפילו די אנדערע—


פונקט אזוי, איר יונגערע, אונטערטעניקט זיך צו די זקנים, און אלע זאלט איר זיך אנקליידן מיט עניוותדיקייט איינער לגבי דעם אנדערן; ווייל ה׳ שטעלט זיך אנטקעגן די שטאלצע, די נידריקע אבער גיט ער חן. (משלי ג, לד.)


דערפאר, ווען איך וועל קומען, וועל איך אים דערמאנען די מעשים, וואס ער טוט, בארעדנדיק אונדז מיט בייזע רייד; און נישט צופרידן מיט דעם, נעמט ער אליין נישט אויף די ברידער, און פארווערט יענע, וואס ווילן (עס טאן), און טרייבט זיי ארויס פון דער קהלה.


איך האב עפעס געשריבן צו דער קהלה; נאר דיאטרעפעס, וועלכער האט ליב צו זיין ביי זיי א ראש, נעמט אונדז נישט אָן.


און אז קיינער זאל נישט קענען קויפן אדער פארקויפן, אויב ער האט נישט דעם סימן, דעם נאמען פון דער חיה, אדער די צאל פון איר נאמען.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ