30 האט דער מענטש געענטפערט און געזאגט צו זיי: אָט אין דעם דאזיקן ליגט דאָ דער חידוש, אז איר ווייסט נישט פונוואנען ער איז, און ער האט מיר געעפנט מיינע אויגן.
בלינדע זען, און לאמע גייען ארום, מצורעדיקע ווערן גערייניקט, און טויבע הערן, און טויטע שטייען אויף, און צו ארעמעלייט ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה.
זאגט יהושע/ישוע צו זיי: האט איר קיינמאל נישט געלייענט אין די כתובים? דער שטיין, וואס די בוימייסטערס האבן פארווארפן, איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל. פונם האר (ה׳) איז דאס געשען, און עס איז א וואונדער אין אונדזערע אויגן. (תהלים קיח, כב-כג.)
און ער האט זיך געוואונדערט איבער זייער אומגלויבן. און ער איז ארומגעגאנגען אין די ארומיקע דערפער און האט געלערנט.
און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: גייט און דערציילט יוחנן וואס איר האט געזען און געהערט: בלינדע ווערן זעענדיק, לאמע גייען ארום, מצורעים ווערן גערייניקט, און טויבע הערן, טויטע שטייען אויף, צו ארעמעלייט ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה. (ישעיהו לה, ה-ו; סא, א.)
און הגם ער האט געטאן פאר זיי אזויפיל נסים, האבן זיי (אלץ) נישט געגלויבט אין אים;
האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: דו ביסט א רבי בישראל, און ווייסט דאס נישט?
מיר ווייסן, אז ה׳ האט גערעדט צו משהן; אבער וואס שייך דעם דאזיקן, ווייסן מיר נישט, פונוואנען ער איז.
מיר ווייסן, אז ה׳ דערהערט נישט קיין חוטאים; נאר אויב עמיצער איז א ירא שמים און טוט זיין רצון, דעם דאזיקן דערהערט ער יא.
ווייל דער ג‑ט, וועלכער האט געזאגט: פון חושך זאל ארויסשיינען ליכט! האט געלויכטן אין אונדזערע הערצער אריין, כדי צו געבן ליכט פון דער דערקענטעניש פון דעם כבוד פון ה׳ אין דעם פנים פון משיח.