26 זיי האבן דעריבער געזאגט צו אים: וואס האט ער דיר געטאן? וויאזוי האט ער געעפנט דיינע אויגן?
און די סופרים און די פרושים האבן גוט אכטונג געגעבן אויף אים, אויב ער וועט שבת היילן, כדי זיי זאלן געפינען עפעס אים אנצוקלאגן.
האבן זיי צו אים געזאגט: וויאזוי זשע זענען דיינע אויגן געעפנט געווארן?
דעריבער האבן אויך די פרושים אים ווידער געפרעגט, וויאזוי ער איז זעענדיק געווארן. און ער האט צו זיי געזאגט: ער האט ארויפגעלייגט ליים אויף מיינע אויגן, און איך האב מיך געוואשן, און איך זע.
האט יענער געענטפערט: צי ער איז זינדיק ווייס איך נישט; איין זאך ווייס איך יא, אז איך בין געווען בלינד און איצט זע איך.
האט ער זיי געענטפערט: איך האב דאך אייך שוין געזאגט, און איר האט זיך נישט צוגעהערט; פארוואס ווילט איר נאכאמאל הערן? צי ווילט איר אויך ווערן זיינע תלמידים?