25 האט יענער געענטפערט: צי ער איז זינדיק ווייס איך נישט; איין זאך ווייס איך יא, אז איך בין געווען בלינד און איצט זע איך.
ער אבער האט זיי געענטפערט: דער, וואס האט מיך געזונט געמאכט, האט צו מיר געזאגט: נעם דיין בעט און גיי.
זיי האבן דעריבער צום צווייטן מאל גערופן דעם מענטשן, וואס איז געווען בלינד, און געזאגט צו אים: גיב אפ כבוד צו ה׳; מיר ווייסן, אז דער דאזיקער מענטש איז א חוטא.
זיי האבן דעריבער געזאגט צו אים: וואס האט ער דיר געטאן? וויאזוי האט ער געעפנט דיינע אויגן?
האט דער מענטש געענטפערט און געזאגט צו זיי: אָט אין דעם דאזיקן ליגט דאָ דער חידוש, אז איר ווייסט נישט פונוואנען ער איז, און ער האט מיר געעפנט מיינע אויגן.
ווער עס גלויבט אין דעם זון פון דער אויבערשטער, דער האט דאס עדות אין זיך אליין; ווער עס גלויבט נישט ה׳, דער האט אים געמאכט פאר א ליגנער, ווייל ער האט נישט געגלויבט אין דעם עדות, וואס ה׳ האט עדות געזאגט וועגן זיין זון.