Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 9:22 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

22 דאס האבן זיינע עלטערן געזאגט, ווייל זיי האבן מורא געהאט פאר די יידן: ווארום די יידן האבן שוין געהאט אפגעמאכט, אז ווען עמיצער וועט אים אנערקענען פאר דעם משיח, זאל ער געלייגט ווערן אין חרם אריין.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 9:22
24 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

וואויל איז אייך, ווען די מענטשן וועלן אייך האסן, און ווען זיי וועלן אייך ארויסשטויסן און באליידיקן און ארויסווארפן אייער נאמען ווי עפעס בייז, צוליב דעם בר אנש.


און דאס דאזיקע איז יוחננס עדות זאגן, ווען די יידן פון ירושלים האבן געשיקט צו אים כהנים און לוויים, כדי אים צו פרעגן: ווער ביסטו?


מען וועט אייך לייגן אין חרם אריין; יא, עס קומט אָן א שעה, אז יעדער איינער, וואס וועט אייך הרגענען, וועט מיינען, ער דינט ה׳ מיט דעם.


און נאך דעם האט יוסף הרמתי, וועלכער איז געווען א פארבארגענער תלמיד פון יהושען/ישוען, אויס מורא פאר די יידן, געבעטן פילאטוסן, אז ער זאל מעגן אוועקנעמען ישועס גוף; און פילאטוס האט עס דערלויבט. ער איז דעריבער געקומען און האט אוועקגענומען זיין גוף.


און אין יענעם טאג אין אוונט, דעם ערשטן פון דער וואך, בשעת די טירן זענען געווען פארשלאסן, וואו די תלמידים האבן זיך געפונען, אויס מורא פאר די יידן, איז יהושע/ישוע געקומען און האט זיך געשטעלט אין דער מיט, און זאגט צו זיי: שלום עליכם!


דאך האט קיינער נישט גערעדט וועגן אים בפרהסיא, אויס מורא פאר די יידן.


די יידן האבן דעריבער נישט געגלויבט וועגן אים, אז ער איז געווען בלינד, און איז זעענדיק געווארן, ביז זיי האבן גערופן די עלטערן פון דעם זעענדיק געווארענעם,


וויאזוי אבער ער זעט איצט, ווייסן מיר נישט; אדער ווער עס האט אים געעפנט זיינע אויגן, ווייסן מיר נישט; פרעגט אים, ער איז א דערוואקסענער, ער וועט רעדן פאר זיך אליין.


האבן זיי געענטפערט און געזאגט צו אים: דו ביסט אינגאנצן געבוירן געווארן אין זינד, און דו לערנסט אונדז? און האבן אים ארויסגעווארפן אינדרויסן.


יהושע/ישוע האט געהערט, אז זיי האבן אים ארויסגעווארפן; און געפינענדיק אים, האט ער געזאגט: צי גלויבסטו אין דעם בר אנש?


און האבן זיי גערופן, און באפוילן אינגאנצן נישט צו רעדן און נישט צו לערנען אין דעם נאמען פון יהושע/ישוע.


פון די איבריקע אבער האט קיינער זיך נישט אונטערגעשטעלט צו באהעפטן צו זיי, נאר דאס פאלק האט זיי געהאלטן זייער טייער;


און רופנדיק די שליחים און שלאגנדיק זיי מלקות, האבן זיי באפוילן, אז זיי זאלן נישט רעדן אין ישועס נאמען, און האבן זיי אפגעלאזט.


די שרעקעוודיקע אבער און אומגלויביקע און אומווירדיקע און רוצחים און זונים און מכשפים און געצנדינער און אלע ליגנער, זייער חלק וועט זיין אין דעם טייך, וואס ברענט מיט פייער און שוועבל; דאס איז דער צווייטער טויט!


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ