19 און זיי געפרעגט, אזוי צו זאגן: צי איז דער דאזיקער אייער זון, וואס איר זאגט, אז ער איז געבוירן געווארן בלינד? וויאזוי זשע זעט ער איצט?
די יידן האבן דעריבער נישט געגלויבט וועגן אים, אז ער איז געווען בלינד, און איז זעענדיק געווארן, ביז זיי האבן גערופן די עלטערן פון דעם זעענדיק געווארענעם,
האבן זיינע עלטערן געענטפערט און געזאגט: מיר ווייסן, אז דער דאזיקער איז אונדזער זון, און אז ער איז געבוירן געווארן בלינד;
און מען האט אים דערקענט, אז דאס איז דער, וואס פלעגט זיצן אויף נדבות ביים שער המהודר פון בית המקדש, און זיי זענען פול געווארן מיט שטוינען און פארוואונדערונג איבער דעם, וואס איז אים געשען.
און זעענדיק דעם מענטשן, וואס איז געהיילט געווארן, שטיין מיט זיי, האבן זיי נישט געהאט וואס אקייגנצורעדן.