17 און ווידער האבן זיי געזאגט צום בלינדן: וואס זאגסטו וועגן אים, אז ער האט דיר געעפנט דיינע אויגן? ער אבער האט געזאגט: ער איז א נביא.
די המונים אבער האבן געזאגט: דאס איז דער נביא יהושע/ישוע פון נצרת, אין גליל.
און ער האט צו זיי געזאגט: וואס? און זיי האבן צו אים געזאגט: דאס פון יהושע/ישוע פון נצרת, וואס איז געווען א נביא, מעכטיק אין טאט און אין ווארט פאר ה׳ און דעם גאנצן פאלק;
זאגט די פרוי צו אים: האר, איך זע, אז דו ביסט א נביא.
ווען דעריבער די מענטשן האבן געזען דאס נס, וואס ער האט געטאן, האבן זיי געזאגט: דאס איז באמת דער נביא, וועלכער דארף קומען אין דער וועלט אריין.
דעריבער האבן אויך די פרושים אים ווידער געפרעגט, וויאזוי ער איז זעענדיק געווארן. און ער האט צו זיי געזאגט: ער האט ארויפגעלייגט ליים אויף מיינע אויגן, און איך האב מיך געוואשן, און איך זע.
ווי ה׳ האט געזאלבט יהושען/ישוען פון נצרת מיט דעם רוח הקודש און מיט גבורה; וועלכער איז ארומגעגאנגען, טוענדיק גוטס און היילנדיק אלע, וואס זענען געווען אונטער דער מאכט פונם שׂטן, ווייל ה׳ איז געווען מיט אים.
מענער פון ישראל, הערט די דאזיקע ווערטער: יהושע/ישוע פון נצרת, א מאן, וואס איז צו אייך געוויזן געווארן פון ה׳ דורך גבורות, מופתים און אותות, וועלכע ה׳ האט געטאן דורך אים אין אייער מיט, ווי איר ווייסט עס אליין,