Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 9:16 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

16 האבן אייניקע פון די פרושים געזאגט: דער דאזיקער מענטש איז נישט פון ה׳, ווייל ער היט נישט אפ שבת. און אנדערע האבן געזאגט: וויאזוי קען א מענטש, א חוטא, טאן אזעלכע נסים? און עס איז געווארן א מחלוקה צווישן זיי.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 9:16
18 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און זע, דארט איז געווען א מענטש מיט א פארדארטער האנט. און זיי האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: מעג מען שבת היילן? כדי זיי זאלן קענען אים באשולדיקן.


און ווען די פרושים האבן עס געזען, האבן זיי געזאגט צו אים: זע, דיינע תלמידים טאן, וואס מען טאר שבת נישט טאן!


און דער גבאי פון דער שול, בייזערנדיק זיך צוליב דעם, וואס יהושע/ישוע האט געהיילט אום שבת, האט ענטפערנדיק געזאגט צום עולם מענטשן: עס זענען פאראן זעקס טעג, אין וועלכע מען זאל ארבעטן; קומט זשע אין די דאזיקע און לאזט זיך היילן און נישט אין טאג פון שבת!


ווידער איז געווארן א מחלוקה צווישן די יידן צוליב די דאזיקע ווערטער.


גלויבט מיר, אז איך בין אין דעם פאטער און דער פאטער אין מיר; און אויב נישט, גלויבט צוליב די מעשים אליין.


אויב איך וואלט נישט געטאן צווישן זיי די מעשים, וואס קיין אנדערער האט נישט געטאן, וואלטן זיי נישט געהאט קיין זינד; איצט אבער האבן זיי געזען (די דאזיקע) און האבן מיך דאך פיינט און דעם פאטער מיינעם.


דעם דאזיקן אנהויב פון די נסים האט יהושע/ישוע געמאכט אין קנה פון גליל, און האט אנטפלעקט זיין הערלעכקייט, און זיינע תלמידים האבן אין אים געגלויבט.


דער דאזיקער איז געקומען צו אים ביינאכט, און האט צו אים געזאגט: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט א לערער, געקומען פון ה׳; ווארום קיינער קען נישט טאן די דאזיקע נסים, וואס דו טוסט, אויב ה׳ איז נישט מיט אים.


די יידן האבן דעריבער געזאגט צום געהיילטן: עס איז שבת, און דו טארסט נישט טראגן דאס בעט.


איך אבער האב דאס עדות זאגן, וואס איז גרעסער ווי יוחננס; ווארום די מעשים, וואס דער פאטער האט מיר געגעבן, כדי איך זאל זיי פארענדיקן, די זעלביקע מעשים, וואס איך טו, זאגן עדות וועגן מיר, אז דער פאטער האט מיך געשיקט.


די יידן האבן זיך דעריבער געאמפערט איינער מיטן אנדערן, און געזאגט: וויאזוי קען דער דאזיקער אונדז געבן זיין פלייש צו עסן?


און עס איז געווארן א גרויסע מחלוקה איבער אים צווישן די מאסן; א טייל האבן געזאגט: ער איז א גוטער מענטש; אנדערע אבער האבן געזאגט: ניין, ער פארפירט נאר דעם עולם.


אויב דער מענטש ווערט געמלט אין שבת, כדי מען זאל נישט עובר זיין אויף תורת משה, זענט איר צארנדיק אויף מיר, ווייל איך האב א גאנצן מענטשן געזונט געמאכט אין שבת?


עס איז דעריבער געווארן א מחלוקה צווישן דעם המון צוליב אים.


זיי האבן דעריבער צום צווייטן מאל גערופן דעם מענטשן, וואס איז געווען בלינד, און געזאגט צו אים: גיב אפ כבוד צו ה׳; מיר ווייסן, אז דער דאזיקער מענטש איז א חוטא.


און די מאסע פון דער שטאט האט זיך געשפאלטן, א טייל זענען געווען מיט די יידן, און א טייל מיט די שליחים.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ