14 און דער טאג איז געווען א שבת, ווען יהושע/ישוע האט געמאכט דאס ליים, און אים געעפנט זיינע אויגן.
און עס איז געשען, אז א שבת איז ער געגאנגען דורך די קארנפעלדער, און זיינע תלמידים האבן אנגעהויבן אויפן וועג אפצורייסן די זאנגען.
און עס איז געשען, ווען ער איז א שבת אריינגעגאנגען אינם הויז פון איינעם פון די הויפט פרושים, כדי צו עסן ברויט, און זיי האבן געלויערט אויף אים.
און צוליב דעם האבן די יידן גערודפט יהושען/ישוען, ווייל ער האט עס געטאן אין שבת.
און גלייך איז דער מענטש געזונט געווארן, און האט גענומען זיין בעט, און איז ארומגעגאנגען. און יענער טאג איז געווען א שבת.
נעמען זיי און פירן צו די פרושים דעם, וואס איז פריער געווען בלינד.
דאס זאגנדיק, האט ער אויסגעשפיגן אויף דער ערד און געמאכט ליים פון דעם שפייעכץ און אים באשמירט די אויגן מיט דעם ליים,