Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 8:47 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

47 ווער עס איז פון ה׳, דער הערט די ווערטער פון ה׳; צוליב דעם הערט איר נישט, ווייל איר זענט נישט פון ה׳.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 8:47
17 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דער, וואס ווארפט מיך אפ און נעמט נישט אָן מיינע רייד, האט שוין זיין שופט; דאס ווארט, וואס איך האב גערעדט, דאס וועט אים משפטן אין דעם לעצטן טאג.


פילאטוס האט דעריבער צו אים געזאגט: אויב אזוי ביסטו טאקע א מלך? האט יהושע/ישוע געענטפערט: דו זאגסט עס, אז איך בין א מלך. דערצו בין איך געבוירן געווארן און דערצו בין איך געקומען אין דער וועלט אריין, כדי איך זאל עדות זאגן אויף דעם אמת. יעדער איינער, וואס איז פון דעם אמת, הערט מיין קול.


באמת, באמת זאג איך אייך: עס קומט אָן א שעה, און איז שוין, ווען די מתים וועלן הערן דאס קול פון דעם זון פון דער אויבערשטער; און די, וואס הערן עס, וועלן לעבן.


און ער האט געזאגט: דערפאר האב איך אייך געזאגט: קיינער קען נישט קומען צו מיר, אויב עס איז אים נישט באשערט געווארן פון מיין פאטער.


איך ווייס, אז איר זענט אברהמס זאמען; נאר איר זוכט מיך צו טייטן, ווייל מיין ווארט געפינט נישט קיין ארט אין אייך.


פארוואס פארשטייט איר נישט מיין רעדן? ווייל איר קענט נישט הערן דאס ווארט מיינס.


אבער ווייל איך זאג דעם אמת, גלויבט איר מיר נישט.


דורך דעם דאזיקן ווערן אנטפלעקט די קינדער פון ה׳, און די קינדער פון דעם שׂטן: יעדער איינער, וועלכער טוט נישט עוסק זיין אין צדקות, איז נישט פון ה׳, און דער, וואס האט נישט ליב זיין ברודער.


יעדער איינער, וועלכער גלויבט, אז יהושע/ישוע איז דער משיח, דער איז געבוירן פון ה׳; און יעדער איינער, וועלכער האט ליב דעם, וואס האט געבוירן, האט אויך ליב דעם, וואס איז געבוירן געווארן פון אים.


יעדער איינער, וועלכער איז עובר און בלייבט נישט אין דער לערנונג פון דעם משיח, האט נישט ה׳; ווער עס בלייבט יא אין דער לערנונג, דער האט סאי דעם פאטער סאי דעם זון.


געליבטער, טו נישט נאך דאס שלעכטע, נאר דאס גוטע. ווער עס טוט גוטס, דער איז פון ה׳; ווער עס טוט שלעכטס, דער האט נישט געזען ה׳.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ