Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 8:43 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

43 פארוואס פארשטייט איר נישט מיין רעדן? ווייל איר קענט נישט הערן דאס ווארט מיינס.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 8:43
18 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

מחמת פעט געווארן איז דאס הארץ פון דעם דאזיקן פאלק, און מיט די אויערן הערן זיי שווער, און זייערע אויגן האבן זיי צוגעמאכט; טאמער וואלטן זיי געזען מיט די אויגן, און מיט די אויערן געהערט, און מיטן הארצן פארשטאנען, און זיך אומגעקערט, און איך וואלט זיי געהיילט. (ישעיהו ו, ט-י.)


באמת, באמת זאג איך אייך: עס קומט אָן א שעה, און איז שוין, ווען די מתים וועלן הערן דאס קול פון דעם זון פון דער אויבערשטער; און די, וואס הערן עס, וועלן לעבן.


איך בין געקומען אין דעם נאמען פון מיין פאטער, און איר נעמט מיך נישט אויף; ווען אן אנדערער וועט קומען אין זיין אייגענעם נאמען, וועט איר אים יא אויפנעמען.


און א סך פון זיינע תלמידים האבן געזאגט, ווען זיי האבן עס געהערט: דאס דאזיקע איז א הארב ווארט; ווער קען עס הערן?


ווען עמיצער וויל טאן זיין רצון, וועט ער וויסן וועגן דער לערנונג, צי זי איז פון ה׳, אדער איך רעד פון מיר אליין.


און זיי האבן נישט פארשטאנען, אז ער האט צו זיי גערעדט פון דעם פאטער.


האבן זיי אים געענטפערט: מיר זענען אברהמס זאמען, און זענען קיינמאל נישט געווען פארשקלאפט צו קיינעם; וויאזוי זשע זאגסטו: איר וועט ווערן פריי?


האבן זיי געענטפערט און געזאגט צו אים: אברהם איז אונדזער פאטער (זכות‑אבות). זאגט יהושע/ישוע צו זיי: אויב איר זענט קינדער פון אברהם, טוט די מעשים פון אברהם.


איר הארטנעקיקע און (וואס האבן) נישט געמלטע הערצער און אויערן, איר שטעלט זיך תמיד אנטקעגן דעם רוח הקודש; ווי די עלטערן אייערע, אזוי איר.


עס איז נישט פאראן קיין פארשטענדיקער, עס איז נישט פאראן קיין איינער, וואס זוכט ה׳;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ