און זאל אייך נישט קומען אויף די געדאנקען צו זאגן: מיר האבן אברהם ווי אונדזער פאטער (זכות‑אבות); מחמת איך זאג אייך, אז ה׳ איז בכוח פון די דאזיקע שטיינער אויפצושטעלן קינדער צו אברהמען.
איך האב געשריבן צו אייך, פאטערס, ווייל איר קענט אים, וועלכער איז פון אנהויב אָן. איך האב געשריבן צו אייך, יונגעלייט, ווייל איר זענט שטארק, און ה׳ס ווארט פארבלייבט אין אייך, און איר האט גובר געווען דעם בייזן (שׂטן).