Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 8:31 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

31 דאן האט יהושע/ישוע געזאגט צו די יידן, וואס האבן געגלויבט אין אים: אויב איר וועט בלייבן אין מיין ווארט, זענט איר באמת מיינע תלמידים;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 8:31
25 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ווער אבער עס האלט אויס ביז צום סוף, דער וועט געראטעוועט ווערן.


יהושע/ישוע האט געזען נתנאלן קומען צו אים, און זאגט וועגן אים: אָט איז אן אמתער ישראל, אין וועמען עס איז נישט פאראן קיין כיטרעקייט.


און אויך יהושע/ישוע און זיינע תלמידים זענען פארבעטן געווארן אויף דער חתונה.


ווארום מיין פלייש איז ווארהאפטיקע שפייז, און מיין בלוט איז ווארהאפטיק געטראנק.


דעריבער אויב דער זון וועט אייך באפרייען, וועט איר וויקלעך זיין פריי.


און ווען קהל איז זיך צעגאנגען, האבן א סך פון די יידן און פון די פרומע גרים נאכגעפאלגט פוילוסן און בר‑נבאן, וועלכע האבן גערעדט צו זיי און זיי מזהיר געווען צו פארבלייבן אין דעם חסד פון ה׳.


שטארקענדיק די זעלן פון די תלמידים, און מזהיר זייענדיק זיי צו בלייבן אין דער אמונה, און אז דורך פיל צרות מוזן מיר אריינקומען אין דעם מלכות פון ה׳.


דעריבער אזויווי איך האב באקומען די הילף, וואס איז פון ה׳, שטיי איך ביז צום היינטיקן טאג, עדות זאגנדיק פאר קליין און פאר גרויס, און זאג נישט קיין שום זאך אחוץ דאס, וואס די נביאים און משה (רבינו) האבן געזאגט, אז עס וועט געשען:


זע דעריבער די גוטסקייט און שטרענגקייט פון ה׳; אויף די געפאלענע—שטרענגקייט, אבער אויף דיר—גוטסקייט פון ה׳, אויב דו וועסט בלייבן אין דער גוטסקייט; אנישט וועסטו אויך אפגעהאקט ווערן.


צו די, וואס זוכן מיט סבלנות דורך מעשים טובים—הערלעכקייט, כבוד און אומשטערבלעכקייט, אייביק לעבן;


אויב איר וועט נאר פארבלייבן אין דער אמונה, געגרונטפעסטיקט און פעסט, און נישט באוועגן זיך פון דער האפענונג פון דער גוטער בשורה, וועלכע איר האט געהערט, וועלכע איז אויסגערופן געווארן אין דער גאנצער באשאפונג אונטערן הימל; פון וועלכער איך פוילוס בין געווארן א משרת.


זי וועט אבער דערלייזט ווערן דורך געבוירן קינדער, אויב זיי וועלן בלייבן אין דער אמונה און ליבע און קדושה מיט צניעותדיקייט.


גיב אכטונג אויף דיר אליין און אויף דער לערנונג. פארבלייב אין זיי; ווארום טוענדיק דאס דאזיקע, וועסטו ראטעווען דיך אליין, און די, וועלכע הערן דיך.


דו אבער בלייב אין דעם, וואס דו האסט געלערנט, און וואס איז דיר אנפארטרויט געווארן, וויסנדיק פון וועמען דו האסט עס געלערנט,


ווארום מיר זענען געווארן אנטיילנעמער אין דעם משיח, ווען מיר האלטן פעסט דעם אנהויב פון דעם בטחון ביז צום סוף;


נישט לויט דעם בונד, וועלכן איך האב געמאכט מיט זייערע אבות אינם טאג, ווען איך האב זיי אנגענומען ביי דער האנט זיי ארויסצופירן פון מצרים, ווייל זיי זענען נישט געבליבן אין מיין בונד און איך האב זיי פארווארפן, זאגט דער האר (ג‑ט).


דער אבער, וועלכער האט אריינגעקוקט אין דער שלמותדיקער תורה, די תורה פון פרייהייט, און פארבלייבט דערין, נישט זייענדיק קיין הערער, וואס פארגעסט, נאך א טוער בפועל (ממש), איז וואויל דעם דאזיקן אין זיין טאן.


פון אונדז זענען זיי ארויסגעגאנגען, נאר זיי זענען נישט געווען פון אונדז; ווארום אויב זיי וואלטן געווען פון אונדז, וואלטן זיי געבליבן מיט אונדז; נאר (זיי זענען ארויסגעגאנגען) כדי זיי זאלן באקאנט ווערן, אז זיי אלע זענען נישט פון אונדז.


זאל בלייבן אין אייך דאס, וואס איר האט געהערט פון אנהויב אָן. אויב עס וועט בלייבן אין אייך דאס, וואס איר האט געהערט פון אנהויב אָן, וועט איר אויך בלייבן אין דעם זון און אין דעם פאטער.


יעדער איינער, וועלכער איז עובר און בלייבט נישט אין דער לערנונג פון דעם משיח, האט נישט ה׳; ווער עס בלייבט יא אין דער לערנונג, דער האט סאי דעם פאטער סאי דעם זון.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ