איך רוף אייך מער נישט קנעכט, ווייל דער קנעכט ווייסט נישט וואס זיין האר טוט; איך רוף אייך אבער פריינד, ווייל אלץ, וואס איך האב געהערט ביי מיין פאטער, האב איך אייך צו וויסן געטאן.
ווייל די ווערטער, וואס דו האסט מיר געגעבן, האב איך זיי געגעבן; און זיי האבן זיי אנגענומען, און באמת דערקענט, אז איך בין ארויסגעגאנגען פון דיר; און האבן געגלויבט, אז דו האסט מיך געשיקט.
האט יהושע/ישוע אים געענטפערט: איך האב גערעדט בפרהסיא אין דער וועלט; איך האב תמיד געלערנט אין שול און אינם בית המקדש, וואו אלע יידן קומען זיך צונויף, און אין פארבארגעניש האב איך גארנישט גערעדט.