25 זיי האבן דעריבער געזאגט צו אים: ווער ביסטו דען? האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: דאס, וואס איך האב אייך געזאגט פון אנהויב אָן.
אויב דו ביסט דער משיח, זאג עס אונדז! ער אבער האט צו זיי געזאגט: אויב איך זאל עס אייך זאגן, וועט איר נישט גלויבן;
און דאס דאזיקע איז יוחננס עדות זאגן, ווען די יידן פון ירושלים האבן געשיקט צו אים כהנים און לוויים, כדי אים צו פרעגן: ווער ביסטו?
האבן זיי דעריבער געזאגט: ווער זשע ביסטו? כדי מיר זאלן געבן אן ענטפער צו די, וואס האבן אונדז געשיקט. וואס זאגסטו וועגן דיר אליין?
און די יידן האבן אים ארומגערינגלט, און האבן געזאגט צו אים: ביז ווען ווילסטו אויסציען אונדזער נשמה? אויב דו ביסט דער משיח, זאג אונדז אפן.
און איז ווידער אריינגעגאנגען אינם פרעטאריום און האט געזאגט צו יהושען/ישוען: פונוואנען ביסטו? יהושע/ישוע אבער האט אים נישט געגעבן קיין ענטפער.
דאן האט יהושע/ישוע ווידער צו זיי גערעדט, אזוי צו זאגן; איך בין דאס ליכט פון דער וועלט; דער, וואס פאלגט מיר נאך, וועט אויף קיין פאל נישט לעבן אין דער פינצטערניש, נאר וועט האבן דאס ליכט פון לעבן.
דערפאר האב איך אייך געזאגט, אז איר וועט שטארבן אין אייערע זינד; ווארום אויב איר וועט נישט גלויבן, אז איך בין עס, וועט איר שטארבן אין אייערע זינד.
איך האב א סך צו זאגן וועגן אייך און צו משפטן; נאר דער, וואס האט מיך געשיקט, איז אמת; און וואס איך האב געהערט פון אים, דאס רעד איך צו דער וועלט.