21 און ער האט ווידער צו זיי געזאגט: איך גיי אוועק, און איר וועט מיך זוכן, און איר וועט שטארבן אין אייער זינד; וואואהין איך גיי, קענט איר נישט קומען.
מחמת איך זאג אייך: פון איצט אָן וועט איר מיך מער נישט זען, ביז איר וועט זאגן: ברוך הבא בשם ה׳!
דעמאלט וועט ער אויך זאגן צו די אויף דער לינקער זייט: גייט אוועק פון מיר, איר פארשאלטענע, אין דעם אייביקן פייער אריין, וואס איז צוגעגרייט געווארן פארן טייוול און זיינע מלאכים!
און די דאזיקע וועלן אוועקגיין צו אייביקער שטראף; די צדיקים אבער—צום אייביקן לעבן.
דאס דאזיקע האט ער געזאגט, מרמז צו זיין, מיט וואס פאר א טויט ער גייט שטארבן.
האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: נאך א קליינע וויילע איז דאס ליכט צווישן אייך. גייט זשע אינם ליכט בשעת איר האט עס, כדי די פינצטערניש זאל אייך נישט איבערפאלן; און דער, וואס גייט אין דער פינצטערניש, ווייסט נישט וואו ער גייט.
קינדער, נאך א קורצע צייט בין איך מיט אייך. איר וועט מיך זוכן, און ווי איך האב געזאגט צו די יידן: וואואהין איך גיי, קענט איר נישט קומען, אזוי זאג איך אויך אייך איצט.
איר וועט מיך זוכן, און נישט געפינען; און וואו איך בין, (דארט אהין) קענט איר נישט קומען.
וואס זאל דאס דאזיקע ווארט באטייטן, וואס ער האט געזאגט: איר וועט מיך זוכן און נישט געפינען און: וואו איך בין, קענט איר נישט קומען?
דערפאר האב איך אייך געזאגט, אז איר וועט שטארבן אין אייערע זינד; ווארום אויב איר וועט נישט גלויבן, אז איך בין עס, וועט איר שטארבן אין אייערע זינד.
און אייך, וואס איר זענט געווען טויט אין אייערע עבירות און חטאים,