Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 8:20 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

20 די דאזיקע ווערטער האט ער גערעדט אינם בית האוצר, בשעת ער האט געלערנט אין בית המקדש; און קיינער האט אים נישט געכאפט, ווייל זיין שעה איז נאך נישט געהאט געקומען.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 8:20
17 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

אין יענער שעה האט יהושע/ישוע געזאגט צו די המונים מענטשן: ווי אנטקעגן א גזלן זענט איר ארויסגעקומען מיט שווערדן און שטאנגען, מיך צו כאפן. טאג אויס טאג איין בין איך געזעסן אין בית המקדש און געלערנט, און איר האט מיך נישט גענומען.


און די הויפט כהנים האבן גענומען די זילבער שטיק, און געזאגט: מען טאר זיי נישט אריינלייגן אין דעם אוצר הקרבנות, ווייל עס איז בלוט געלט.


און ער האט זיך אנידערגעזעצט אנטקעגנאיבער דעם אוצר קאסטן, און זיך צוגעקוקט ווי דער המון מענטשן ווארפט אריין געלט אין דעם אוצר קאסטן אריין; און א סך רייכע לייט האבן אריינגעווארפן פיל.


און ער האט צוגערופן זיינע תלמידים, און צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך: די דאזיקע ארעמע אלמנה האט מער אריינגעווארפן ווי אלע, וואס האבן אריינגעווארפן אין דעם אוצר קאסטן אריין;


און די סופרים און די הויפט כהנים האבן געזוכט צו לייגן די הענט אויף אים אין דער זעלביקער שעה; און האבן מורא געהאט פאר דעם פאלק; ווארום זיי האבן איינגעזען, אז ער האט געזאגט דאס דאזיקע משל אויף זיי.


און א בליק טוענדיק, האט ער געזען ווי די עשירים ווארפן אריין זייערע נדבות אין דער שאצקאמער.


דעריבער האבן זיי ווידער געזוכט אים צו כאפן, און ער איז ארויס פון זייער האנט.


און יהושע/ישוע זאגט צו איר: וואס האב איך מיט דיר, אשה? מיין שעה איז נאך נישט געקומען.


און ווען עס איז שוין געווען אין מיטן יום טוב, איז יהושע/ישוע ארויפגעגאנגען אין בית המקדש אריין און האט געלערנט.


זיי האבן דעריבער געזוכט אים צו כאפן; און קיינער האט נישט ארויפגעלייגט אויף אים די האנט, ווייל זיין שעה איז נאך נישט געקומען.


אייניקע פון זיי האבן אים געוואלט כאפן, נאר קיינער האט נישט ארויפגעלייגט די הענט אויף אים.


זייט איר עולה רגל אויף יום טוב; איך גיי נאך נישט ארויף אויף דעם יום טוב, ווייל מיין צייט איז נאך נישט דערפילט געווארן.


און אינדערפרי איז ער ווידער געקומען אין בית המקדש אריין, און דער גאנצער עולם איז געקומען צו אים; און ער האט זיך אנידערגעזעצט, און זיי געלערנט.


זיי האבן דעריבער אויפגעהויבן שטיינער, כדי אים צו באווארפן; יהושע/ישוע אבער האט זיך פארבארגן, און איז ארויסגעגאנגען אויס דעם בית המקדש.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ