17 און אפילו אין דער תורה אייערער שטייט געשריבן, אז דאס עדות זאגן פון צוויי מענטשן איז אמת.
וועט ער דיך הערן, האסטו געוואונען דיין ברודער. אויב אבער ער וועט נישט הערן, זאלסטו נעמען מיט דיר נאך איינעם אדער צוויי, כדי פון דעם מויל פון צוויי עדות אדער דריי זאל יעדע זאך פעסטגעשטעלט ווערן.
האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט: צי שטייט דען נישט געשריבן אין אייער תורה: איך האב געזאגט: איר זענט ג‑טער? (תהלים פב, ו.)
נאר (דאס געשעט), כדי עס זאל מקוים ווערן דאס ווארט, וואס שטייט געשריבן אין זייער תורה: מיט א שנאת חנם האבן זיי מיך פיינט געהאט. (תהלים לה, יט.)
דאס דאזיקע איז דאס דריטע מאל, אז איך קום צו אייך. דורך דעם מויל פון צוויי אדער דריי עדות זאל יעדעס ווארט באשטעטיקט ווערן.
אזוי ארום איז די געזעץ געווארן אונדזער דערציער פאר דעם משיח, כדי מיר זאלן גערעכטפערטיקט ווערן דורך אמונה.
זאגט מיר, איר, וועלכע ווילן זיין אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ, צי הערט איר נישט (וואס) די געזעץ (זאגט)?
עמיצער, וואס איז עובר תורת משה, מוז אָן רחמנות שטארבן אויפן עדות זאגן פון צוויי אדער דריי;
אויב מיר נעמען אָן דאס עדות זאגן פון מענטשן, אזוי איז גרעסער דאס עדות זאגן פון ה׳; ווייל דאס דאזיקע איז דאס עדות זאגן פון ה׳, וואס ער האט עדות געזאגט וועגן זיין זון.
און איך וועל געבן מיינע צוויי עדות, און זיי וועלן נבואות זאגן טויזנט צוויי הונדערט און זעכציק טעג לאנג, אנגעטאן אין זעק.