15 איר משפט לויטן פלייש; איך משפט נישט קיינעם.
ער אבער האט צו אים געזאגט: מענטש, ווער האט מיך באשטימט פאר א שופט אדער צעטיילער איבער אייך?
און אויב עמיצער הערט מיינע רייד, און היט זיי נישט, וועל איך אים נישט משפטן; ווארום איך בין נישט געקומען, כדי איך זאל משפטן די וועלט, נאר כדי איך זאל ראטעווען די וועלט.
האט יהושע/ישוע געענטפערט: מיין מלכות איז נישט פון דער דאזיקער וועלט; אויב מיין מלכות וואלט יא געווען פון דער דאזיקער וועלט, וואלטן מיינע משרתים געקעמפט, כדי איך זאל נישט איבערגעגעבן ווערן צו די יידן; איצט אבער איז מיין מלכות נישט פונדאנען.
ווארום ה׳ האט נישט געשיקט זיין זון אין דער וועלט אריין, כדי צו משפטן די וועלט, נאר כדי די וועלט זאל דורך אים געראטעוועט ווערן.
משפט נישט לויט דעם אויסערלעכן שיין, נאר א גערעכט משפט זאלט איר משפטן.
האט זי געזאגט: קיינער נישט, האר. האט יהושע/ישוע געזאגט: אפילו איך פארמשפט דיך נישט; גיי, און פון איצט אָן זינדיק נישט מער.)
דערפאר ביסטו, אָ מענטש, ווער דו זאלסט נישט זיין, וואס משפטסט, אָן א תירוץ; ווארום מיט וואס דו משפטסט דעם אנדערן, פארמשפטסטו דיך אליין, ווייל דו, וועלכער משפטסט, טוסט די דאזיקע זאכן;
דער רוחניותדיקער (מענטש)—(איש הרוח)—אבער משפט אלץ, און ווערט אליין פון קיינעם נישט געמשפט.
דערפאר פון איצט אָן קענען מיר קיינעם נישט לויטן פלייש; און אויב אפילו מיר האבן געקענט משיחן לויטן פלייש, קענען מיר אים שוין נישט מער.
צי מאכט איר דען נישט קיין אונטערשייד צווישן אייך אליין, און ווערט שופטים מיט בייזע מחשבות?