Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 8:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 דאן האט יהושע/ישוע ווידער צו זיי גערעדט, אזוי צו זאגן; איך בין דאס ליכט פון דער וועלט; דער, וואס פאלגט מיר נאך, וועט אויף קיין פאל נישט לעבן אין דער פינצטערניש, נאר וועט האבן דאס ליכט פון לעבן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 8:12
31 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

איר זענט דאס ליכט פון דער וועלט. א שטאט, וואס ליגט אויף א בארג, קען נישט בלייבן פארבארגן.


א ליכט צו דער באלויכטונג פון די אומות (העולם) און א הערלעכקייט פאר דיין פאלק ישראל. (ישעיהו מב, ו.)


האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: נאך א קליינע וויילע איז דאס ליכט צווישן אייך. גייט זשע אינם ליכט בשעת איר האט עס, כדי די פינצטערניש זאל אייך נישט איבערפאלן; און דער, וואס גייט אין דער פינצטערניש, ווייסט נישט וואו ער גייט.


בשעת איר האט דאס ליכט, גלויבט אינם ליכט, כדי איר זאלט ווערן קינדער פונם ליכט. דאס האט יהושע/ישוע גערעדט, און איז אוועקגעגאנגען, און האט זיך פארבארגן פון זיי.


איך בין געקומען א ליכט אין דער וועלט אריין, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין מיר, זאל נישט בלייבן אין דער פינצטערניש.


זאגט צו אים יהושע/ישוע: איך בין דער דרך (ה׳) און דער אמת און דאס לעבן; קיינער קומט נישט צום פאטער, אחוץ דורך מיר.


און דאס איז דאס משפט: דאס ליכט איז געקומען אין דער וועלט אריין, און די מענטשן האבן ליבער געהאט די פינצטערניש ווי דאס ליכט; ווייל זייערע מעשים זענען געווען בייז.


ווען עמיצער וויל טאן זיין רצון, וועט ער וויסן וועגן דער לערנונג, צי זי איז פון ה׳, אדער איך רעד פון מיר אליין.


בשעת איך בין אין דער וועלט, בין איך דאס ליכט פון דער וועלט.


ווארום אזוי האט אונדז דער האר באפוילן: איך האב דיך געזעצט פאר א ליכט צו די פעלקער, אז דו זאלסט זיין א ישועה ביז צום סוף פון דער ערד. (ישעיהו מט, ו.)


אז דער משיח וועט ליידן, און אז ער, דער ערשטער אויפצושטיין תחית המתים, וועט אנזאגן א ליכט צום (יידישן) פאלק און צו די אומות (העולם).


די דאזיקע זענען קוואלן אָן וואסער, און וואלקנדלעך געטריבן פון א שטורמווינט; פאר זיי איז אנגעגרייט די טונקלקייט פון דעם חושך.


ווארום אויב ה׳ האט נישט געשוינט די מלאכים, וועלכע האבן געזינדיקט, נאר האט זיי איבערגעגעבן אין היילן פון חשכות אין דער אונטערוועלט, אפגעהיטן צו ווערן צום משפט;


ווען מיר זאגן, אז מיר האבן חברותאשאפט מיט אים, און גייען אין דער פינצטערניש, זאגן מיר ליגן, און טאן נישט דעם אמת;


ווילדע ים כוואליעס, וואס שוימען ארויס זייערע אייגענע חרפות; בלאנדזשענדע שטערן, פאר וועמען די טונקלקייט פון דעם חושך איז אויפבאווארט אויף אייביק.


און מלאכים, וועלכע האבן נישט אפגעהיטן זייער ממשלה, נאר פארלאזט זייער וואוינונג, האט ער אויפבאווארט אונטער דער פינצטערניש מיט אייביקע קייטן צום משפט אין דעם גרויסן טאג.


און די פעלקער וועלן גיין אין איר ליכט; און די מלכים פון דער ערד ברענגען זייער הערלעכקייט צו איר.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ