7 אייך קען די וועלט נישט האסן; מיך אבער האסט זי יא, ווייל איך זאג עדות וועגן איר, אז אירע מעשים זענען בייז.
וויי צו אייך, ווען אלע מענטשן וועלן רעדן וואויל וועגן אייך, ווארום אָט אזוי האבן זייערע עלטערן געטאן צו די פאלשע נביאים.
איך האב זיי געגעבן דיין ווארט; און די וועלט האט זיי פיינט, ווייל זיי זענען נישט פון דער וועלט, פונקט ווי איך בין נישט פון דער וועלט.
און דאס איז דאס משפט: דאס ליכט איז געקומען אין דער וועלט אריין, און די מענטשן האבן ליבער געהאט די פינצטערניש ווי דאס ליכט; ווייל זייערע מעשים זענען געווען בייז.
ווייל דאס טראכטן פונם פלייש איז שנאה צו ה׳, מחמת עס אונטערטעניקט זיך נישט צו ה׳ס תורה און עס קען אויך טאקע נישט;
בין איך דערפאר געווארן אייער שונא, ווייל איך האב אייך געזאגט דעם אמת?
איר נואפות, צי ווייסט איר דען נישט, אז די ליבע פון עולם הזה, איז פיינטשאפט פאר ה׳? דעריבער, ווער עס וויל זיין א ליבהאבער פון דער וועלט, דער ווערט א שונא פון ה׳.
זיי זענען פון דער וועלט; צוליב דעם רעדן זיי פון דער וועלט, און די וועלט הערט זיי.