6 יהושע/ישוע האט דעריבער צו זיי געזאגט: מיין צייט איז נאך נישט געקומען; אייער צייט אבער איז תמיד גרייט.
און ער האט געזאגט: גייט אין דער שטאט אריין צו דעם און דעם, און זאגט צו אים: דער רבי זאגט: מיין צייט איז נאענט; ביי דיר וויל איך מאכן פסח מיט מיינע תלמידים.
און פאר דעם יום טוב פסח, אזוי ווי יהושע/ישוע האט געוואוסט, אז זיין שעה איז געקומען, כדי ער זאל אוועקגיין פון דער דאזיקער וועלט צום פאטער, האבנדיק געליבט זיינע אייגענע, וואס זענען אין דער וועלט, האט ער זיי ליב געהאט ביז צום סוף.
דאס האט יהושע/ישוע גערעדט; און אויפהויבנדיק זיינע אויגן צום הימל, האט ער געזאגט; פאטער, עס איז געקומען די שעה; פארהערלעך דיין זון, כדי דער זון זאל דיך פארהערלעכן;
און יהושע/ישוע זאגט צו איר: וואס האב איך מיט דיר, אשה? מיין שעה איז נאך נישט געקומען.
זיי האבן דעריבער געזוכט אים צו כאפן; און קיינער האט נישט ארויפגעלייגט אויף אים די האנט, ווייל זיין שעה איז נאך נישט געקומען.
זייט איר עולה רגל אויף יום טוב; איך גיי נאך נישט ארויף אויף דעם יום טוב, ווייל מיין צייט איז נאך נישט דערפילט געווארן.
די דאזיקע ווערטער האט ער גערעדט אינם בית האוצר, בשעת ער האט געלערנט אין בית המקדש; און קיינער האט אים נישט געכאפט, ווייל זיין שעה איז נאך נישט געהאט געקומען.
האט ער צו זיי געזאגט: עס איז נישט אייער זאך צו וויסן די צייטן אדער זמנים, וועלכע דער פאטער האט פעסטגעזעצט אין זיין מאכט.