48 צי האט דען עמיצער פון די שרים געגלויבט אין אים, אדער (עמיצער) פון די פרושים?
אין יענער צייט האט יהושע/ישוע ענטפערנדיק געזאגט: איך לויב דיך, פאטער, האר פון הימל און ערד, אז דו האסט פארבארגן די דאזיקע זאכן פון די חכמים און נבונים, און זיי אנטפלעקט צו קליינע קינדער!
און פילאטוס האט צוזאמענגערופן די הויפט כהנים און די שרים און דאס פאלק.
דאך האבן א סך אפילו פון די שרים געגלויבט אין אים, נאר צוליב די פרושים האבן זיי עס נישט מודה געווען, כדי זיי זאלן נישט געלייגט ווערן אין חרם אריין;
און עס איז געווען א מאן פון די פרושים, ער האט געהייסן נקדימון, א שר ביי יידן;
און זע, ער רעדט בפרהסיא, און מען זאגט אים גארנישט. קען עס זיין, אז אונדזערע שרים ווייסן באמת, אז ער איז דער משיח?
נאר דער דאזיקער המון, וואס קען נישט די תורה, פארשאלטן זענען זיי.
זאגט נקדימון צו זיי (דער, וואס איז פריער געקומען צו אים, און איז געווען איינער פון זיי):
און ה׳ס ווארט איז געוואקסן, און די צאל תלמידים אין ירושלים האט זיך שטארק פארמערט, אפילו א גרויסע מאסע פון די כהנים איז געווארן געהארכזאם צום אמונה.
וואו איז דער חכם? וואו דער סופר? וואו דער בעל וויכוח פון דער דאזיקער וועלט? צי האט דען ה׳ נישט צו נאר געמאכט די חכמה פון דער וועלט?
וואס קיינער פון די מושלים פון דער דאזיקער וועלט האט זי נישט געקענט; ווייל וואלטן זיי זי יא געקענט, וואלטן זיי נישט אויפגעהאנגען אויף דער בוים דעם האר פון כבוד;