46 האבן די משרתים געענטפערט: עס האט נאך קיינמאל קיין מענטש נישט אזוי גערעדט, ווי דער דאזיקער מענטש רעדט.
און אלע האבן עדות געזאגט אויף אים און האבן זיך געוואונדערט איבער די ליבלעכע ווערטער, וואס זענען ארויסגעקומען פון זיין מויל; און האבן געזאגט: צי איז דען דאס נישט יוספס זון?
און מען פלעגט שטוינען איבער זיין תורה, ווייל זיין ווארט איז געווען מיט מאכט.
און זע, ער רעדט בפרהסיא, און מען זאגט אים גארנישט. קען עס זיין, אז אונדזערע שרים ווייסן באמת, אז ער איז דער משיח?
די פרושים האבן געהערט דעם המון דאס שטילערהייט רעדן וועגן אים; און די הויפט כהנים און די פרושים האבן געשיקט משרתים, כדי זיי זאלן אים כאפן.