45 און די משרתים זענען צוריקגעקומען צו די הויפט כהנים און פרושים, און זיי האבן צו זיי געזאגט: פארוואס האט איר אים נישט געברענגט?
און פעטרוס האט אים נאכגעפאלגט פונדערווייטנס ביז צום הויף פון כהן גדול, און איז אריינגעגאנגען אינעווייניק, און זיך אנידערגעזעצט מיט די שומרים, צו זען דעם סוף.
אייניקע אבער פון זיי זענען אוועקגעגאנגען צו די פרושים, און האבן זיי דערציילט, וואס יהושע/ישוע האט געטאן.
די הויפט כהנים און די פרושים האבן דעריבער צוזאמענגעברענגט דאס סנהדרין, און געזאגט: וואס זאלן מיר טאן? ווייל דער דאזיקער מענטש טוט א סך נסים!
די פרושים האבן געהערט דעם המון דאס שטילערהייט רעדן וועגן אים; און די הויפט כהנים און די פרושים האבן געשיקט משרתים, כדי זיי זאלן אים כאפן.
דאס האבן זיינע עלטערן געזאגט, ווייל זיי האבן מורא געהאט פאר די יידן: ווארום די יידן האבן שוין געהאט אפגעמאכט, אז ווען עמיצער וועט אים אנערקענען פאר דעם משיח, זאל ער געלייגט ווערן אין חרם אריין.