און ווען איר טוט תפילה, זאלט איר נישט זיין ווי די צבועקעס, ווייל זיי האבן ליב תפילה צו טאן ווען זיי שטייען אין די שולן און אויף די עקן פון די גאסן, כדי זיך צו באווייזן פאר מענטשן. באמת זאג איך אייך, זיי האבן שוין זייער שכר.
האט יהושע/ישוע אים געענטפערט: איך האב גערעדט בפרהסיא אין דער וועלט; איך האב תמיד געלערנט אין שול און אינם בית המקדש, וואו אלע יידן קומען זיך צונויף, און אין פארבארגעניש האב איך גארנישט גערעדט.