36 וואס זאל דאס דאזיקע ווארט באטייטן, וואס ער האט געזאגט: איר וועט מיך זוכן און נישט געפינען און: וואו איך בין, קענט איר נישט קומען?
דער עולם האט דעריבער געענטפערט צו אים: מיר האבן געהערט פון דער תורה, אז דער משיח בלייבט אויף אייביק; און וויאזוי זשע זאגסטו: דער בר אנש מוז אויפגעהויבן ווערן? ווער איז דאס דער דאזיקער בר אנש?
קינדער, נאך א קורצע צייט בין איך מיט אייך. איר וועט מיך זוכן, און ווי איך האב געזאגט צו די יידן: וואואהין איך גיי, קענט איר נישט קומען, אזוי זאג איך אויך אייך איצט.
זאגט נקדימון צו אים: וויאזוי קען א מענטש געבוירן ווערן, זייענדיק א זקן? צי קען ער דען א צווייט מאל אריינגיין אין זיין מוטערס לייב און געבוירן ווערן?
נקדימון האט געענטפערט און געזאגט צו אים: וויאזוי קען דאס געשען?
די יידן האבן דעריבער געמורמלט קעגן אים, ווייל ער האט געזאגט: איך בין דאס ברויט, וואס איז אראפגעקומען פונם הימל.
די יידן האבן זיך דעריבער געאמפערט איינער מיטן אנדערן, און געזאגט: וויאזוי קען דער דאזיקער אונדז געבן זיין פלייש צו עסן?
און א סך פון זיינע תלמידים האבן געזאגט, ווען זיי האבן עס געהערט: דאס דאזיקע איז א הארב ווארט; ווער קען עס הערן?
איר וועט מיך זוכן, און נישט געפינען; און וואו איך בין, (דארט אהין) קענט איר נישט קומען.
און ער האט ווידער צו זיי געזאגט: איך גיי אוועק, און איר וועט מיך זוכן, און איר וועט שטארבן אין אייער זינד; וואואהין איך גיי, קענט איר נישט קומען.
דער נאטירלעכער מענטש אבער נעמט נישט אָן דאס (וואס קומט) פון ה׳ס גייסט; ווייל עס איז א נארישקייט פאר אים; און ער קען עס (גאר) נישט פארשטיין ווייל עס מוז געמשפט ווערן אויף א רוחניותדיקן אופן.