34 איר וועט מיך זוכן, און נישט געפינען; און וואו איך בין, (דארט אהין) קענט איר נישט קומען.
מחמת איך זאג אייך: פון איצט אָן וועט איר מיך מער נישט זען, ביז איר וועט זאגן: ברוך הבא בשם ה׳!
און ווען איך גיי און גרייט צו אן ארט פאר אייך, וועל איך ווידער קומען, און אייך נעמען צו מיר, כדי וואו איך בין, זאלט איר אויך זיין.
זאגט צו אים יהושע/ישוע: איך בין דער דרך (ה׳) און דער אמת און דאס לעבן; קיינער קומט נישט צום פאטער, אחוץ דורך מיר.
פאטער, איך וויל, אז וואו איך בין, זאלן אויך זיין מיט מיר די, וועלכע דו האסט מיר געגעבן, כדי זיי זאלן זען מיין כבוד, וואס דו האסט מיר געגעבן; ווייל דו האסט מיך ליב געהאט פון פאר דער גרינדונג פון דער וועלט.
וואס זאל דאס דאזיקע ווארט באטייטן, וואס ער האט געזאגט: איר וועט מיך זוכן און נישט געפינען און: וואו איך בין, קענט איר נישט קומען?