Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 7:33 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

33 יהושע/ישוע האט דעריבער געזאגט: נאך א קליינע וויילע בין איך מיט אייך, און איך גיי צו אים, וואס האט מיך געשיקט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 7:33
16 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און אזוי, נאך דעם ווי דער האר יהושע/ישוע האט צו זיי גערעדט, איז ער ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין, און האט זיך אנידערגעזעצט אויף ה׳ס רעכטער זייט. (תהלים קי, א.)


און פאר דעם יום טוב פסח, אזוי ווי יהושע/ישוע האט געוואוסט, אז זיין שעה איז געקומען, כדי ער זאל אוועקגיין פון דער דאזיקער וועלט צום פאטער, האבנדיק געליבט זיינע אייגענע, וואס זענען אין דער וועלט, האט ער זיי ליב געהאט ביז צום סוף.


(יהושע/ישוע) וויסנדיק, אז דער פאטער האט אים אלץ איבערגעבן אין די הענט אריין, און אז ער איז געקומען פון ה׳ און גייט צו ה׳,


קינדער, נאך א קורצע צייט בין איך מיט אייך. איר וועט מיך זוכן, און ווי איך האב געזאגט צו די יידן: וואואהין איך גיי, קענט איר נישט קומען, אזוי זאג איך אויך אייך איצט.


באמת, באמת זאג איך אייך: דער, וואס גלויבט אין מיר, די מעשים וואס איך טו, וועט ער אויך טאן; און גרעסערע ווי די דאזיקע וועט ער טאן, ווייל איך גיי צו דעם פאטער.


נאך א קליינע וויילע און די וועלט זעט מיך מער נישט, איר אבער זעט מיך; ווייל איך לעב, וועט איר לעבן אויך.


איר האט געהערט, אז איך האב אייך געזאגט; איך גיי אוועק, און קום (ווידער) צו אייך. אויב איר וואלט מיך ליב געהאט, וואלט איר זיך געפריידט, אז איך גיי צו דעם פאטער, ווייל דער פאטער איז גרעסער פון מיר.


און וועגן צדקות, ווייל איך גיי צום פאטער, און איר וועט מיך מער נישט זען;


איך בין ארויסגעקומען פון דעם פאטער, און בין געקומען אין דער וועלט אריין; ווידער פארלאז איך די וועלט, און גיי צו דעם פאטער.


און איצט גיי איך צו אים, וואס האט מיך געשיקט; און קיין איינער פון אייך פרעגט מיך נישט: וואואהין גייסטו?


און איך בין מער נישט אין דער וועלט, און זיי זענען אין דער וועלט, און איך קום צו דיר. הייליקער פאטער, באהיט זיי אין דיין נאמען, וואס דו האסט מיר געגעבן, כדי זיי זאלן זיין איינס, אזוי ווי מיר!


איצט אבער גיי איך צו דיר; און דאס זאג איך אין דער וועלט, כדי זיי זאלן האבן מיין פרייד שלמותדיק אין זיך.


זאגט יהושע/ישוע צו איר: ריר מיך נישט אָן: ווארום איך בין נאך נישט ארויפגעגאנגען צום פאטער; נאר גיי צו מיינע ברידער און זאג זיי, איך גיי ארויף צו מיין פאטער און אייער פאטער, און צו מיין ג‑ט און אייער ג‑ט.


מיר מוזן טאן די מעשים פון אים, וואס האט מיך געשיקט, כל זמן עס איז טאג; די נאכט קומט אָן, ווען קיינער קען נישט ארבעטן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ