Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 7:31 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

31 און א סך פון דעם המון מענטשן האבן געגלויבט אין אים, און געזאגט: ווען משיח וועט קומען, צי וועט ער דען טאן מער נסים, ווי דער דאזיקער האט געטאן?

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 7:31
19 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און די אלע המונים מענטשן האבן געשטוינט, און געזאגט: איז ער נישט אפשר דער בן דוד?


און די אויף דעם פעלדזן, דאס זענען זיי, וואס ווען זיי הערן, נעמען זיי אָן דאס ווארט מיט פרייד, זיי האבן אבער נישט קיין ווארצל; די גלויבן (נאר) אויף א געוויסע צייט, און אין א צייט פון נסיון פאלן זיי אפ.


און א סך פון די יידן, וואס זענען געקומען צו מרים, זעענדיק וואס ער האט געטאן, האבן געגלויבט אין אים.


ווייל א סך פון די יידן זענען צוליב אים אוועקגעגאנגען, און האבן געגלויבט אין יהושען/ישוען.


דאך האבן א סך אפילו פון די שרים געגלויבט אין אים, נאר צוליב די פרושים האבן זיי עס נישט מודה געווען, כדי זיי זאלן נישט געלייגט ווערן אין חרם אריין;


דעם דאזיקן אנהויב פון די נסים האט יהושע/ישוע געמאכט אין קנה פון גליל, און האט אנטפלעקט זיין הערלעכקייט, און זיינע תלמידים האבן אין אים געגלויבט.


דער דאזיקער איז געקומען צו אים ביינאכט, און האט צו אים געזאגט: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט א לערער, געקומען פון ה׳; ווארום קיינער קען נישט טאן די דאזיקע נסים, וואס דו טוסט, אויב ה׳ איז נישט מיט אים.


קומט, זעט א מענטשן, וועלכער האט מיר געזאגט אלץ, וואס איך האב געטאן; איז דאס נישט אפשר דער משיח?


און פון יענער שטאט האבן א סך שומרונים געגלויבט אין אים דורך דעם ווארט פון דער פרוי, וואס האט עדות געזאגט: ער האט מיר געזאגט אלץ, וואס איך האב געטאן.


און א גרויסער המון מענטשן האט אים נאכגעפאלגט, ווייל זיי האבן געזען די נסים, וואס ער האט געטאן מיט די קראנקע.


און זע, ער רעדט בפרהסיא, און מען זאגט אים גארנישט. קען עס זיין, אז אונדזערע שרים ווייסן באמת, אז ער איז דער משיח?


האבן אייניקע פון די פרושים געזאגט: דער דאזיקער מענטש איז נישט פון ה׳, ווייל ער היט נישט אפ שבת. און אנדערע האבן געזאגט: וויאזוי קען א מענטש, א חוטא, טאן אזעלכע נסים? און עס איז געווארן א מחלוקה צווישן זיי.


און דער שמעון אליין האט אויך געגלויבט; און ווערנדיק געטובלט אין דער מקווה, האט ער זיך באהאפטן צו פיליפוסן, און זעענדיק אותות און גרויסע מופתים געשען, האט ער זיך שטארק געוואונדערט.


ווארום פונקט ווי א גוף אָן א נשמה איז טויט, אויך אזוי איז די אמונה אָן מעשים טויט.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ