29 איך קען אים, ווייל איך בין פון אים; און ער האט מיך געשיקט.
אלץ איז מיר איבערגעגעבן געווארן פון מיין פאטער, און קיינער קען נישט דעם זון אחוץ דער פאטער; און קיינער קען נישט דעם פאטער אחוץ דער זון, און וועמען דער זון וויל אים מגלה זיין.
קיינער האט קיינמאל נישט געזען ה׳; (נאר) דער בן יחיד וועלכער איז אינם שויס פון דעם פאטער, האט (אים) באקאנט געמאכט.
ווי דער פאטער קען מיך, און איך קען דעם פאטער; און מיין לעבן לייג איך אנידער פאר די שאף.
(יהושע/ישוע) וויסנדיק, אז דער פאטער האט אים אלץ איבערגעבן אין די הענט אריין, און אז ער איז געקומען פון ה׳ און גייט צו ה׳,
ווי דו האסט מיך געשיקט אין דער וועלט אריין, אזוי האב איך זיי געשיקט אין דער וועלט אריין.
נישט אז עמיצער האט געזען דעם פאטער, אחוץ דער, וואס איז פון ה׳; דער דאזיקער האט געזען דעם פאטער.
און איר האט אים דאך נישט דערקענט, איך אבער קען אים יא; און אויב איך זאל זאגן, אז איך קען אים נישט, וועל איך זיין א ליגנער גלייך צו אייך; נאר איך קען אים, און היט אפ זיין ווארט.
און דאס לעבן איז אנטפלעקט געווארן, און מיר האבן געזען און זאגן עדות און זאגן אייך אָן דאס אייביקע לעבן, וואס איז געווען ביי דעם פאטער און האט זיך באוויזן צו אונדז—
און מיר האבן געזען און זאגן עדות, אז דער פאטער האט געשיקט דעם זון אלס רעטער פון דער וועלט.
דורך דעם דאזיקן האט זיך ארויסגעוויזן ה׳ס ליבע צו אונדז: אז ה׳ האט געשיקט זיין בן יחיד אין דער וועלט אריין, כדי מיר זאלן לעבן דורך אים.