Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 7:28 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

28 יהושע/ישוע האט דעריבער אויסגעשריגן אינם בית המקדש, בשעת ער האט געלערנט, און געזאגט: איר קענט מיך, און איר ווייסט, פונוואנען איך בין: און פון מיר אליין בין איך נישט געקומען; נאר ווארהאפטיק איז דער, וואס האט מיך געשיקט, וועמען איר קענט נישט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 7:28
46 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

אלץ איז מיר איבערגעגעבן געווארן פון מיין פאטער, און קיינער קען נישט דעם זון אחוץ דער פאטער; און קיינער קען נישט דעם פאטער אחוץ דער זון, און וועמען דער זון וויל אים מגלה זיין.


און איז געקומען און האט געוואוינט אין א שטאט, וואס מען רופט זי נצרת, כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן דורך די נביאים, אז ער וועט גערופן ווערן נצר. (ישעיהו יא, א.)


אין יענער שעה האט יהושע/ישוע געזאגט צו די המונים מענטשן: ווי אנטקעגן א גזלן זענט איר ארויסגעקומען מיט שווערדן און שטאנגען, מיך צו כאפן. טאג אויס טאג איין בין איך געזעסן אין בית המקדש און געלערנט, און איר האט מיך נישט גענומען.


אלץ איז מיר איבערגעגעבן געווארן פון מיין פאטער; און קיינער ווייסט נישט, ווער דער זון איז, אחוץ דער פאטער; און ווער דער פאטער איז, (ווייסט קיינער נישט) אחוץ דער זון, און דער, צו וועמען דער זון וויל עס אנטפלעקן.


אז אייך איז היינט געבוירן געווארן א גואל, וועלכער איז משיח, דער האר, אין דער שטאט פון דוד. (מיכה ה, א.)


און ווי זיי האבן אלץ מקיים געווען לויט דער תורה פונם האר (ה׳), האבן זיי זיך אומגעקערט קיין גליל, אין זייער אייגענער שטאט נצרת.


און יוסף איז אויך ארויפגעגאנגען פון גליל, אויס דער שטאט נצרת, קיין יהודה, אין דער שטאט פון דוד, וועלכע הייסט בית‑לחם, ווייל ער איז געווען פון דעם הויז און משפחה פון דוד (המלך);


און ער איז אראפגעגאנגען מיט זיי און איז געקומען קיין נצרת און געווען אונטערטעניק צו זיי; און די מוטער זיינע האט אפגעהיטן די אלע ווערטער אין איר הארץ.


און נתנאל האט צו אים געזאגט: פון נצרת קען דען זיין עפעס גוטס? זאגט פיליפוס צו אים: קום און זע.


זאגט איר אויף אים, וועמען דער פאטער האט געהייליקט, און געשיקט אין דער וועלט אריין: דו לעסטערסט; ווייל איך האב געזאגט: איך בין דער זון פון דער אויבערשטער?


ווייל איך האב פון מיר אליין נישט גערעדט; נאר ער, וואס האט מיך געשיקט, דער פאטער אליין, האט מיר געגעבן א געבאט, וואס איך זאל זאגן, און וואס איך זאל רעדן.


צי גלויבסטו דען נישט, אז איך בין אין דעם פאטער און דער פאטער איז אין מיר? די ווערטער וואס איך רעד צו אייך, רעד איך נישט פון מיר אליין; נאר דער פאטער, וואס וואוינט אין מיר, טוט זיינע מעשים.


נאר כדי די וועלט זאל וויסן, אז איך האב ליב דעם פאטער, און ווי דער פאטער האט מיר געבאטן, אזוי טו איך. שטייט אויף; לאמיר אוועקגיין פונדאנען.


און דאס וועלן זיי טאן, ווייל זיי האבן נישט געקענט דעם פאטער, און נישט מיך.


גערעכטער פאטער, די וועלט האט דיך נישט געקענט, איך אבער האב דיך יא געקענט; און די דאזיקע ווייסן, אז דו האסט מיך געשיקט;


און דאס איז דאס אייביקע לעבן, אז זיי זאלן דיך קענען, דעם איינציק אמתן ג‑ט, און יהושע/ישוע המשיחן, וועמען דו האסט געשיקט.


דער דאזיקער איז געקומען צו אים ביינאכט, און האט צו אים געזאגט: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט א לערער, געקומען פון ה׳; ווארום קיינער קען נישט טאן די דאזיקע נסים, וואס דו טוסט, אויב ה׳ איז נישט מיט אים.


ווער עס נעמט יא אָן זיין עדות זאגן, דער האט צוגעלייגט זיין חתימה, אז ה׳ איז אמת.


אן אנדערער איז עס, וואס זאגט עדות וועגן מיר; און איך ווייס, אז ווארהאפטיק איז דאס עדות זאגן, וואס ער זאגט וועגן מיר.


איך בין געקומען אין דעם נאמען פון מיין פאטער, און איר נעמט מיך נישט אויף; ווען אן אנדערער וועט קומען אין זיין אייגענעם נאמען, וועט איר אים יא אויפנעמען.


און זיי האבן געזאגט; צי איז דען דער דאזיקער נישט יהושע/ישוע בן יוסף, וועמעס פאטער און מוטער מיר קענען? וויאזוי זאגט ער דאס איצט: איך בין אראפגעקומען פון הימל?


און ווען עס איז שוין געווען אין מיטן יום טוב, איז יהושע/ישוע ארויפגעגאנגען אין בית המקדש אריין און האט געלערנט.


האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו זיי: און ווען אפילו איך זאג עדות וועגן מיר אליין, איז דאך מיין עדות זאגן אמת; ווייל איך ווייס פונוואנען איך בין געקומען, און וואואהין איך גיי; איר אבער ווייסט נישט פונוואנען איך קום, אדער וואואהין איך גיי.


און אויב איך משפט יא, איז מיין משפט אמת; ווייל איך בין נישט אליין, נאר איך און דער פאטער, וואס האט מיך געשיקט.


זיי האבן דעריבער געזאגט צו אים: וואו איז דיין פאטער? האט יהושע/ישוע געענטפערט: נישט איר קענט מיך, נישט דעם פאטער מיינעם; אויב איר וואלט מיך געקענט, וואלט איר אויך געקענט מיין פאטער.


איך האב א סך צו זאגן וועגן אייך און צו משפטן; נאר דער, וואס האט מיך געשיקט, איז אמת; און וואס איך האב געהערט פון אים, דאס רעד איך צו דער וועלט.


האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: אויב ה׳ וואלט טאקע געווען אייער פאטער, וואלט איר מיך ליב געהאט; ווארום איך בין ארויסגעגאנגען און בין געקומען פון ה׳; ווארום פון מיר אליין בין איך נישט געקומען, נאר ער האט מיך געשיקט.


מיר ווייסן, אז ה׳ האט גערעדט צו משהן; אבער וואס שייך דעם דאזיקן, ווייסן מיר נישט, פונוואנען ער איז.


ווארום פארבייגייענדיק און זעענדיק אייערע הייליקטימער, האב איך אויך געפונען א מזבח, אויף וועלכן עס איז געווען אויפגעשריבן: צום אומבאקאנטן ג‑ט. זעט, דאס דאזיקע, וואס איר קענט נישט און דינט, זאג איך אייך אָן.


און אזויווי זיי האבן נישט געוואלט האבן ה׳ אין זייער וויסן, האט ה׳ זיי איבערגעגעבן צו א פארדארבענעם פארשטאנד, צו טאן דאס, וואס מען טוט נישט;


חס ושלום! זאל זיך ה׳ ארויסווייזן אלס ווארהאפטיק און יעדער מענטש א ליגנער, ווי עס שטייט געשריבן: כדי דו זאלסט זיין גערעכט אין דיינע רייד און זיגן ווען דו ווערסט געמשפט. (תהלים נא, ה.)


נאר ה׳ איז געטריי, אז אונדזער ווארט צו אייך איז נישט יא און ניין.


ווייל דער ג‑ט, וועלכער האט געזאגט: פון חושך זאל ארויסשיינען ליכט! האט געלויכטן אין אונדזערע הערצער אריין, כדי צו געבן ליכט פון דער דערקענטעניש פון דעם כבוד פון ה׳ אין דעם פנים פון משיח.


אין דער האפענונג אויף אייביק לעבן, וואס ה׳, וועלכער זאגט נישט קיין שקר, האט פארשפראכן פון אייביקע צייטן אָן,


כדי דורך צוויי אומפארענדערלעכע זאכן, אין וועלכע עס איז אוממעגלעך פאר ה׳ צו זאגן ליגן, זאלן מיר האבן א שטארקע טרייסט, מיר, וואס זענען אנטרונען, כדי אנצונעמען די האפענונג, וואס איז געלייגט געווארן פאר אונדזערטוועגן


ווער עס גלויבט אין דעם זון פון דער אויבערשטער, דער האט דאס עדות אין זיך אליין; ווער עס גלויבט נישט ה׳, דער האט אים געמאכט פאר א ליגנער, ווייל ער האט נישט געגלויבט אין דעם עדות, וואס ה׳ האט עדות געזאגט וועגן זיין זון.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ