צי איז ער דען נישט דער סטאליער, מרימס זון, דער ברודער פון יעקב און יוסי און יהודה און שמעון? און צי זענען דען נישט זיינע שוועסטער דא ביי אונדז? און זיי האבן געשטרויכלט אין אים.
און אלע האבן עדות געזאגט אויף אים און האבן זיך געוואונדערט איבער די ליבלעכע ווערטער, וואס זענען ארויסגעקומען פון זיין מויל; און האבן געזאגט: צי איז דען דאס נישט יוספס זון?
און זיי האבן געזאגט; צי איז דען דער דאזיקער נישט יהושע/ישוע בן יוסף, וועמעס פאטער און מוטער מיר קענען? וויאזוי זאגט ער דאס איצט: איך בין אראפגעקומען פון הימל?