22 משה האט אייך געגעבן די מילה—נישט דאס זי איז פון משהן, נאר פון די אבות—און איר זענט מל א מענטשן אין שבת.
און האט אים געגעבן דעם בונד (ברית) פון מילה; און אזוי האט ער (אברהם) געבוירן יצחקן און אים מל געווען דעם אכטן טאג, און יצחק האט געבוירן יעקבן, און יעקב—די צוועלף ראשי האבות.
איך זאג אבער דאס דאזיקע: א בונד (ברית), פריער באשטעטיקט פון ה׳, קען די תורה, וועלכע איז געקומען פיר הונדערט און דרייסיק יאר שפעטער, נישט אפשאפן, אז די הבטחה זאל בטל ווערן.