Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 7:14 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

14 און ווען עס איז שוין געווען אין מיטן יום טוב, איז יהושע/ישוע ארויפגעגאנגען אין בית המקדש אריין און האט געלערנט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 7:14
16 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און יהושע/ישוע איז אריינגעגאנגען אין בית המקדש, און האט ארויסגעטריבן אלע וואס האבן פארקויפט און געקויפט אין בית המקדש, און איבערגעקערט די טישן פון די געלטבייטער, און די בענק פון די, וואס האבן פארקויפט טויבן;


אין יענער שעה האט יהושע/ישוע געזאגט צו די המונים מענטשן: ווי אנטקעגן א גזלן זענט איר ארויסגעקומען מיט שווערדן און שטאנגען, מיך צו כאפן. טאג אויס טאג איין בין איך געזעסן אין בית המקדש און געלערנט, און איר האט מיך נישט גענומען.


און ער האט געלערנט טאג טעגלעך אין בית המקדש; די הויפט כהנים אבער און די סופרים און די ראשים פונם פאלק האבן געזוכט אים אומצוברענגען.


האט יהושע/ישוע אים געענטפערט: איך האב גערעדט בפרהסיא אין דער וועלט; איך האב תמיד געלערנט אין שול און אינם בית המקדש, וואו אלע יידן קומען זיך צונויף, און אין פארבארגעניש האב איך גארנישט גערעדט.


שפעטער האט יהושע/ישוע אים געפונען אין בית המקדש, און צו אים געזאגט: זע, דו ביסט געזונט געווארן; זינדיק נישט מער, כדי קיין ערגערס זאל דיר נישט געשען.


און עס איז געווען נאענט פאר דעם יידישן יום טוב סוכות,


יהושע/ישוע האט דעריבער אויסגעשריגן אינם בית המקדש, בשעת ער האט געלערנט, און געזאגט: איר קענט מיך, און איר ווייסט, פונוואנען איך בין: און פון מיר אליין בין איך נישט געקומען; נאר ווארהאפטיק איז דער, וואס האט מיך געשיקט, וועמען איר קענט נישט.


און אין דעם לעצטן טאג, דעם גרויסן טאג פון דעם יום טוב, איז יהושע/ישוע געשטאנען און האט אויסגעשריגן, אזוי צו זאגן: אויב עמיצער איז דארשטיק, זאל ער קומען צו מיר און טרינקען.


און אינדערפרי איז ער ווידער געקומען אין בית המקדש אריין, און דער גאנצער עולם איז געקומען צו אים; און ער האט זיך אנידערגעזעצט, און זיי געלערנט.


די דאזיקע ווערטער האט ער גערעדט אינם בית האוצר, בשעת ער האט געלערנט אין בית המקדש; און קיינער האט אים נישט געכאפט, ווייל זיין שעה איז נאך נישט געהאט געקומען.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ