Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 7:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 און עס איז געווארן א גרויסע מחלוקה איבער אים צווישן די מאסן; א טייל האבן געזאגט: ער איז א גוטער מענטש; אנדערע אבער האבן געזאגט: ניין, ער פארפירט נאר דעם עולם.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 7:12
20 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

עס איז גענוג פאר דעם תלמיד, אז ער זאל זיין ווי זיין רבי, און דער קנעכט ווי זיין האר. אויב דעם בעל הבית האט מען גערופן בעל‑זבול, וויפל מער זיינע בני בית!


און האבן געזוכט אים צו כאפן, און האבן זיך געפארכטן פאר די המונים מענטשן, ווייל מען האט אים געהאלטן פאר א נביא.


און האבן געזאגט: האר, מיר דערמאנען זיך, אז יענער פארפירער האט געזאגט, בשעת ער האט נאך געלעבט: אין דריי טעג ארום וועל איך אויפשטיין.


און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: פארוואס רופסטו מיך גוטער? קיינער איז נישט גוט, אחוץ איינער—ה׳.


ווי אבער דער אפיציר האט געזען, וואס עס איז געשען, האט ער אפגעגעבן כבוד צו ה׳, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער מענטש איז באמת געווען א צדיק!


און זע, א געוויסער מאן מיטן נאמען יוסף, וועלכער איז געווען א יועץ, אן איש טוב וצדיק,


דער גוטער מענטש ברענגט ארויס דאס גוטע פון דעם גוטן אוצר פון זיין הארץ, און דער שלעכטער ברענגט ארויס שלעכטס פון דעם שלעכטן (אוצר); ווארום פון דעם, מיט וועלכן דאס הארץ פליסט איבער, רעדט דאס מויל זיינס.


און אלעמען האט אנגעכאפט א מורא; און זיי האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: א גרויסער נביא איז אויפגעשטאנען צווישן אונדז, און ה׳ האט זיך אומגעקוקט אויף זיין פאלק.


ווען דעריבער די מענטשן האבן געזען דאס נס, וואס ער האט געטאן, האבן זיי געזאגט: דאס איז באמת דער נביא, וועלכער דארף קומען אין דער וועלט אריין.


די פרושים האבן געהערט דעם המון דאס שטילערהייט רעדן וועגן אים; און די הויפט כהנים און די פרושים האבן געשיקט משרתים, כדי זיי זאלן אים כאפן.


די פרושים האבן דעריבער געענטפערט צו זיי: זענט איר אויך פארפירט געווארן?


האבן זיי געענטפערט און געזאגט צו אים: צי ביסטו אויך פון גליל? פארש און זע, אז פון גליל שטייט נישט אויף קיין נביא.


האבן אייניקע פון די פרושים געזאגט: דער דאזיקער מענטש איז נישט פון ה׳, ווייל ער היט נישט אפ שבת. און אנדערע האבן געזאגט: וויאזוי קען א מענטש, א חוטא, טאן אזעלכע נסים? און עס איז געווארן א מחלוקה צווישן זיי.


ווייל ער איז געווען אן איש טוב און אנגעפילט מיט דעם רוח הקודש און מיט אמונה; און אן אנגעזעענער המון מענטשן האט זיך אונטערטעניק געמאכט צום האר.


ווארום זעלטן וועט זיך עמיצער אונטערנעמען צו שטארבן פאר א צדיק; דאך פאר א גוטן מענטשן וועט אפשר ווער האבן דעם מוט צו שטארבן.


טוט אלץ אָן מורמלען און וויכוחים,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ