Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 7:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 און נאך דעם איז יהושע/ישוע ארומגעגאנגען אין גליל; ווארום ער האט נישט געוואלט ארומגיין אין (לאנד) יהודה, ווייל די יידן האבן געזוכט אים צו טייטן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 7:1
19 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ווען זיי פארפאלגן אייך אין דער דאזיקער שטאט, אנטלויפט אין דער אנדערער אריין. מחמת באמת זאג איך אייך: איר וועט נישט דורכגיין די שטעט פון ישראל, ביז דער בר אנש וועט קומען.


די גערטנער אבער, ווי זיי האבן אים דערזען, האבן געזאגט צווישן זיך: דאס איז דער יורש; קומט, לאמיר אים טייטן, און צונעמען זיין ירושה.


און די הויפט כהנים און די סופרים האבן עס געהערט. און זיי האבן געזוכט וויאזוי אים אומצוברענגען; ווארום זיי האבן מורא געהאט פאר אים, ווייל דער גאנצער המון מענטשן האט געשטוינט איבער זיין לערנונג.


און דאס דאזיקע איז יוחננס עדות זאגן, ווען די יידן פון ירושלים האבן געשיקט צו אים כהנים און לוויים, כדי אים צו פרעגן: ווער ביסטו?


האט ער פארלאזט דאס לאנד יהודה, און איז ווידער אוועק קיין גליל.


דאס דאזיקע איז שוין דאס צווייטע נס, וואס יהושע/ישוע האט געטאן, ווען ער איז געקומען פון יהודה קיין גליל.


נאך דעם איז יהושע/ישוע אוועק אויף דער אנדערער זייט פון דעם ים פון גליל—ים כנרת (טבריה).


און די יידן האבן אים געזוכט בשעת דעם יום טוב, און האבן געזאגט: וואו איז ער?


דאך האט קיינער נישט גערעדט וועגן אים בפרהסיא, אויס מורא פאר די יידן.


צי האט משה (רבינו) אייך דען נישט געגעבן די תורה? און (דאך) האלט קיינער פון אייך די תורה נישט. פארוואס זוכט איר מיך צו טייטן?


אייניקע פון די לייט פון ירושלים האבן דעריבער געזאגט: צי איז ער דען נישט דער, וועמען מען זוכט צו טייטן?


די יידן האבן דעריבער געזאגט איינער צום אנדערן: וואו וועט דאס דער דאזיקער גיין, אז מיר זאלן אים נישט געפינען? נישט וועט ער דען גיין צו די, וואס זענען צעשפרייט צווישן די גריכן, און לערנען די גריכן?


איך ווייס, אז איר זענט אברהמס זאמען; נאר איר זוכט מיך צו טייטן, ווייל מיין ווארט געפינט נישט קיין ארט אין אייך.


איצט אבער זוכט איר מיך צו טייטן, א מענטשן, וואס האט אייך געזאגט דעם אמת, וועלכן איך האב געהערט ביי ה׳. דאס דאזיקע האט אברהם נישט געטאן.


ווי ה׳ האט געזאלבט יהושען/ישוען פון נצרת מיט דעם רוח הקודש און מיט גבורה; וועלכער איז ארומגעגאנגען, טוענדיק גוטס און היילנדיק אלע, וואס זענען געווען אונטער דער מאכט פונם שׂטן, ווייל ה׳ איז געווען מיט אים.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ