66 פון דעמאלט אָן האבן א סך פון זיינע תלמידים זיך צוריקגעצויגן, און זענען מיט אים מער נישט ארומגעגאנגען.
ווי אבער דער בחור האט געהערט דאס דאזיקע ווארט, איז ער אוועקגעגאנגען א טרויעריקער; מחמת ער האט געהאט א גרויס פארמעגן.
יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: קיינער, וואס לייגט די האנט אויפן אקעראייזן און בליקט אויף דעם, וואס איז הינטער זיך, טויג נישט פאר דעם קעניגרייך פון ה׳!
און אויך יהושע/ישוע און זיינע תלמידים זענען פארבעטן געווארן אויף דער חתונה.
און א סך פון זיינע תלמידים האבן געזאגט, ווען זיי האבן עס געהערט: דאס דאזיקע איז א הארב ווארט; ווער קען עס הערן?
נאר צווישן אייך זענען פאראן אייניקע, וועלכע גלויבן נישט. ווארום יהושע/ישוע האט געוואוסט פונם אנהויב אָן, ווער עס זענען די, וואס גלויבן נישט, און ווער עס איז, וואס וועט אים פארראטן.
אזוי האבן זיינע ברידער צו אים געזאגט: הויב דיך אויף פונדאנען, און גיי קיין יהודה, כדי אויך דיינע תלמידים זאלן זען דיינע מעשים, וואס דו טוסט.
דאן האט יהושע/ישוע געזאגט צו די יידן, וואס האבן געגלויבט אין אים: אויב איר וועט בלייבן אין מיין ווארט, זענט איר באמת מיינע תלמידים;
דאס דאזיקע ווייסטו, אז פון מיר האבן זיך אפגעקערט אלע, וואס געפינען זיך אין (קליין) אזיען, צווישן וועלכע עס זענען פיגעלוס און הערמאגענעס.
ווארום דעמאס האט מיך פארלאזן, ליב האבנדיק עולם הזה, און איז אוועק קיין טעסאלאניקא; קרעסצענס קיין גאלאטיען, טיטוס קיין דאלמאטיען.
און מיין צדיק וועט דורך אמונה לעבן; און אויב ער וועט זיך צוריקציען, האט מיין נפש נישט קיין וואוילגעפעלן אין אים. (חבקוק ב, ג-ד.)
פון אונדז זענען זיי ארויסגעגאנגען, נאר זיי זענען נישט געווען פון אונדז; ווארום אויב זיי וואלטן געווען פון אונדז, וואלטן זיי געבליבן מיט אונדז; נאר (זיי זענען ארויסגעגאנגען) כדי זיי זאלן באקאנט ווערן, אז זיי אלע זענען נישט פון אונדז.