Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 6:64 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

64 נאר צווישן אייך זענען פאראן אייניקע, וועלכע גלויבן נישט. ווארום יהושע/ישוע האט געוואוסט פונם אנהויב אָן, ווער עס זענען די, וואס גלויבן נישט, און ווער עס איז, וואס וועט אים פארראטן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 6:64
20 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

שמעון הקנאי און יהודה איש‑קריות, וואס האט אים אויך פארראטן.


נאר איר גלויבט נישט, ווייל איר זענט נישט פון מיינע שאף.


און יהושע/ישוע האט געוואוסט אלץ, וואס וועט קומען אויף אים; און איז ארויסגעגאנגען און האט צו זיי געזאגט: וועמען זוכט איר?


נאר איך קען אייך, אז איר האט נישט די ליבע פון ה׳ אין זיך.


איך האב אייך אבער געזאגט, אז איר האט מיך געזען און דאך גלויבט איר נישט.


און א סך פון זיינע תלמידים האבן געזאגט, ווען זיי האבן עס געהערט: דאס דאזיקע איז א הארב ווארט; ווער קען עס הערן?


וויסנדיק אבער אין זיך אליין, אז זיינע תלמידים האבן געמורמלט וועגן דעם, האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: דאס דאזיקע מאכט אייך שטרויכלען?


פון דעמאלט אָן האבן א סך פון זיינע תלמידים זיך צוריקגעצויגן, און זענען מיט אים מער נישט ארומגעגאנגען.


און ער האט צו זיי געזאגט: איר זענט פון אונטן, איך בין פון אויבן; איר זענט פון דער וועלט, איך בין נישט פון דער וועלט.


און איר האט אים דאך נישט דערקענט, איך אבער קען אים יא; און אויב איך זאל זאגן, אז איך קען אים נישט, וועל איך זיין א ליגנער גלייך צו אייך; נאר איך קען אים, און היט אפ זיין ווארט.


וואס זענען באקאנט פון אייביק אָן. (עמוס ט, יא-יב.)


ווייל וועמען ער האט פון פריער געקענט (פעטרוס א א, ב.), זיי האט ער פון פריער באשטימט צו זיין ענלעך צום געשטאלט פון זיין זון, אז ער זאל זיין דער בכור צווישן א סך ברידער;


דאך ה׳ס שטארקער יסוד שטייט פעסט, האבנדיק דעם דאזיקן חותם: דער האר קען די, וועלכע זענען זיין, און: זאל זיך אפקערן פון אומגערעכטיקייט יעדער איינער, וואס רופט אָן דעם הארס נאמען.


און פאר אים איז נישט פאראן קיין באהאלטענע באשעפעניש, נאר אלץ איז בולט און אויפגעדעקט פאר זיינע אויגן, פאר וועמען מיר וועלן אפגעבן דין וחשבון.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ