6 דאס דאזיקע האט ער געזאגט, אויספרואוונדיק אים; ווארום ער אליין האט געוואוסט, וואס ער וועט טאן.
זוכט אייך אליין אונטער, צי איר זענט אין דער אמונה; פרובירט אייך אליין אויס. אדער ווייסט איר נישט אליין, אז יהושע/ישוע המשיח איז אין אייך? אחוץ אויב איר זענט פארווארפענע.
איך קען דיינע מעשים, און דיין מי און סבלנות, און אז דו קענסט נישט דערטראגן די רשעים, און האסט אויסגעפרואווט די, וועלכע רופן זיך שליחים און זענען עס נישט, און האסט זיי אויסגעפונען פאר ליגנער;