59 דאס האט ער געזאגט, בשעת ער האט געלערנט אין דער שול אין כפר‑נחום.
און ער איז ארומגעגאנגען אין גאנץ גליל, לערנענדיק אין זייערע שולן, און אויסרופנדיק די גוטע בשורה פונם מלכות, און היילנדיק אלע קראנקייטן און שלאפקייטן צווישן דעם פאלק.
און ער איז אראפגעגאנגען קיין כפר‑נחום, א שטאט אין גליל; און אין די שבתים פלעגט ער זיי לערנען;
האט יהושע/ישוע אים געענטפערט: איך האב גערעדט בפרהסיא אין דער וועלט; איך האב תמיד געלערנט אין שול און אינם בית המקדש, וואו אלע יידן קומען זיך צונויף, און אין פארבארגעניש האב איך גארנישט גערעדט.
און זענען איינגעשטיגן אין א שיפל און אריבערגעפארן אויף דער אנדערער זייט ים קיין כפר‑נחום. און עס איז שוין געווען פינסטער, און יהושע/ישוע איז נאך נישט געהאט געקומען צו זיי.
ווען דעריבער דער המון מענטשן האט געזען, אז יהושע/ישוע איז דארטן נישטא, נישט די תלמידים זיינע, זענען זיי איינגעשטיגן אין די שיפלעך, און זענען געקומען קיין כפר‑נחום, און האבן געזוכט יהושען/ישוען.