Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 6:57 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

57 ווי דער לעבעדיקער פאטער האט מיך געשיקט, און איך לעב דורך דעם פאטער, אזוי דער, וואס עסט מיך, וועט לעבן דורך מיר.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 6:57
19 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

האט שמעון פעטרוס ענטפערנדיק געזאגט: דו ביסט דער משיח, דער זון פון דעם לעבעדיקן ג‑ט!


נאך א קליינע וויילע און די וועלט זעט מיך מער נישט, איר אבער זעט מיך; ווייל איך לעב, וועט איר לעבן אויך.


זאגט צו אים יהושע/ישוע: איך בין דער דרך (ה׳) און דער אמת און דאס לעבן; קיינער קומט נישט צום פאטער, אחוץ דורך מיר.


כדי אלע זאלן זיין איינס; ווי דו, פאטער, אין מיר, און איך אין דיר, אז אויך זיי זאלן זיין אין אונדז; כדי די וועלט זאל גלויבן, אז דו האסט מיך געשיקט.


ווארום ה׳ האט נישט געשיקט זיין זון אין דער וועלט אריין, כדי צו משפטן די וועלט, נאר כדי די וועלט זאל דורך אים געראטעוועט ווערן.


ווארום ווי דער פאטער האט לעבן אין זיך אליין, אזוי האט ער אויך געגעבן דעם זון, צו האבן לעבן אין זיך אליין;


האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו זיי: דאס דאזיקע איז דאס ווערק פון ה׳, אז איר זאלט גלויבן אין אים, וועמען ער האט געשיקט.


ווייל איך בין אראפגעקומען פון הימל, נישט כדי איך זאל טאן מיין ווילן, נאר דעם רצון פון אים, וואס האט מיך געשיקט.


ווארום ווי אין אדם (הראשון) שטארבן אלע, אזוי וועלן אויך אין דעם משיח אלע לעבעדיק געמאכט ווערן.


און אָט אזוי שטייט טאקע געשריבן: דער ערשטער מענטש, אדם, איז געווארן א לעבעדיקע זעל (בראשית ב, ז.); דער אדם האחרון צו א לעבעדיק מאכנדיקן גייסט.


ווארום הגם ער איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן אויס שוואכקייט, לעבט ער אבער דורך ה׳ס גבורה. ווארום אויך מיר זענען שוואך אין אים, נאר מיר וועלן לעבן מיט אים דורך ה׳ס גבורה לגבי אייך.


מיט משיחן בין איך אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, און לעב שוין נישט מער, נאר משיח לעבט אין מיר; און וואס איך לעב איצט אינם פלייש, לעב איך אין אמונה פון דעם זון פון דער אויבערשטער, וועלכער האט מיך ליב געהאט און זיך געגעבן פאר מיינעטוועגן.


ווארום זיי אליין דערציילן פון אונדז, וואס פאר אן אריינגאנג מיר האבן געהאט ביי אייך; און וויאזוי איר האט זיך געקערט צו ה׳ פון אייערע אפג-טער, צו דינען דעם לעבעדיקן און אמתן ג‑ט,


אויף וויפל מער וועט דאס בלוט פון דעם משיח, וואס האט זיך מקריב געווען, דורך דעם אייביקן גייסט, אָן א מום צו ה׳, רייניקן אייער געוויסן פון טויטע מעשים צו דינען דעם לעבעדיקן ג‑ט?


דורך דעם דאזיקן האט זיך ארויסגעוויזן ה׳ס ליבע צו אונדז: אז ה׳ האט געשיקט זיין בן יחיד אין דער וועלט אריין, כדי מיר זאלן לעבן דורך אים.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ