55 ווארום מיין פלייש איז ווארהאפטיקע שפייז, און מיין בלוט איז ווארהאפטיק געטראנק.
יהושע/ישוע האט געזען נתנאלן קומען צו אים, און זאגט וועגן אים: אָט איז אן אמתער ישראל, אין וועמען עס איז נישט פאראן קיין כיטרעקייט.
דאס איז געווען דאס אמתע ליכט, וואס באלייכט יעדן מענטשן, וועלכער קומט אין דער וועלט אריין.
איך בין דער ווארהאפטיקער וויינשטאק, און מיין פאטער איז דער גערטנער.
האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך: נישט משה האט אייך געגעבן דאס ברויט פונם הימל; נאר דער פאטער מיינער גיט אייך דאס אמתע ברויט פונם הימל.
ווער עס עסט מיין פלייש און טרינקט מיין בלוט, דער האט אייביק לעבן; און איך וועל אים אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאג.
דער, וואס עסט מיין פלייש און טרינקט מיין בלוט, בלייבט אין מיר, און איך אין אים.
דאן האט יהושע/ישוע געזאגט צו די יידן, וואס האבן געגלויבט אין אים: אויב איר וועט בלייבן אין מיין ווארט, זענט איר באמת מיינע תלמידים;
דעריבער אויב דער זון וועט אייך באפרייען, וועט איר וויקלעך זיין פריי.
א דינער פונם מקדש און פון דעם אמתן משכן, וואס דער האר (ג‑ט) האט געבויט און נישט קיין מענטש.
און מיר ווייסן, אז דער זון פון דער אויבערשטער איז געקומען און אונדז געשענקט א פארשטאנד, כדי מיר זאלן דערקענען דעם ווארהאפטיקן; און מיר זענען אין דעם ווארהאפטיקן, אין זיין זון יהושע/ישוע המשיח. דאס איז דער ווארהאפטיקער ג‑ט און דאס אייביקע לעבן.