54 ווער עס עסט מיין פלייש און טרינקט מיין בלוט, דער האט אייביק לעבן; און איך וועל אים אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאג.
ווער אבער עס וועט טרינקען פון דעם וואסער, וואס איך וועל אים געבן, דער וועט ביז אויף אייביק מער נישט דארשטיק ווערן; נאר דאס וואסער, וואס איך וועל אים געבן, וועט ווערן אין אים א וואסער קוואל, וואס שפרודלט צום אייביקן לעבן.
ארבעט נישט פאר דער שפייז, וואס ווערט פארדארבן, נאר פאר דער שפייז, וואס בלייבט צום אייביקן לעבן, וואס דער בר אנש וועט אייך געבן; ווארום אויף אים האט ג‑ט דער פאטער געלייגט זיין חותם.
באמת, באמת זאג איך אייך: דער מאמין האט אייביק לעבן.
ווארום מיין פלייש איז ווארהאפטיקע שפייז, און מיין בלוט איז ווארהאפטיק געטראנק.
דער גייסט איז עס, וואס מאכט לעבעדיק; דאס פלייש נוצט צו גארנישט; די ווערטער, וואס איך האב גערעדט צו אייך, זענען גייסט, און זענען לעבן.
מיט משיחן בין איך אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, און לעב שוין נישט מער, נאר משיח לעבט אין מיר; און וואס איך לעב איצט אינם פלייש, לעב איך אין אמונה פון דעם זון פון דער אויבערשטער, וועלכער האט מיך ליב געהאט און זיך געגעבן פאר מיינעטוועגן.