בלייבט אין מיר, און איך אין אייך, ווי די צווייג קען נישט ברענגען קיין פירות פון זיך אליין, אויב זי בלייבט נישט אינם וויינשטאק, אזוי (קענט) איר נישט, אויב איר בלייבט נישט אין מיר.
האט יהושע/ישוע געענטפערט: באמת, באמת זאג איך דיר: אויב איינער ווערט נישט געבוירן פון וואסער און פון גייסט (וואשנדיק פון התחדשות), קען ער נישט אריינגיין אין דעם קעניגרייך פון ה׳.
ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות. דעם, וואס איז מנצח, אים וועל איך געבן צו עסן פון דעם עץ החיים, וואס איז אינם גן עדן פון ה׳. (בראשית ב, ט; ג, כד.)