52 די יידן האבן זיך דעריבער געאמפערט איינער מיטן אנדערן, און געזאגט: וויאזוי קען דער דאזיקער אונדז געבן זיין פלייש צו עסן?
און דאס דאזיקע איז יוחננס עדות זאגן, ווען די יידן פון ירושלים האבן געשיקט צו אים כהנים און לוויים, כדי אים צו פרעגן: ווער ביסטו?
ווידער איז געווארן א מחלוקה צווישן די יידן צוליב די דאזיקע ווערטער.
זאגט נקדימון צו אים: וויאזוי קען א מענטש געבוירן ווערן, זייענדיק א זקן? צי קען ער דען א צווייט מאל אריינגיין אין זיין מוטערס לייב און געבוירן ווערן?
נקדימון האט געענטפערט און געזאגט צו אים: וויאזוי קען דאס געשען?
זאגט די פרוי צו אים: האר, דו האסט נישט מיט וואס אנצושעפן, און דער ברונעם איז טיף; פונוואנען זשע האסטו דאס לעבעדיקע וואסער?
די יידן האבן דעריבער געמורמלט קעגן אים, ווייל ער האט געזאגט: איך בין דאס ברויט, וואס איז אראפגעקומען פונם הימל.
און א סך פון זיינע תלמידים האבן געזאגט, ווען זיי האבן עס געהערט: דאס דאזיקע איז א הארב ווארט; ווער קען עס הערן?
האבן אייניקע פון די פרושים געזאגט: דער דאזיקער מענטש איז נישט פון ה׳, ווייל ער היט נישט אפ שבת. און אנדערע האבן געזאגט: וויאזוי קען א מענטש, א חוטא, טאן אזעלכע נסים? און עס איז געווארן א מחלוקה צווישן זיי.
און ווי זיי האבן געהערט פון תחית המתים, האבן א טייל זיך אויסגעלאכט; אנדערע אבער האבן געזאגט: מיר וועלן דיך הערן נאכאמאל וועגן דער דאזיקער זאך.
דער נאטירלעכער מענטש אבער נעמט נישט אָן דאס (וואס קומט) פון ה׳ס גייסט; ווייל עס איז א נארישקייט פאר אים; און ער קען עס (גאר) נישט פארשטיין ווייל עס מוז געמשפט ווערן אויף א רוחניותדיקן אופן.