5 און ווי יהושע/ישוע האט אויפגעהויבן די אויגן און געזען, אז א גרויסער המון מענטשן קומט צו אים, זאגט ער צו פיליפוסן: פונוואנען זאלן מיר קויפן ברויט, כדי זיי זאלן האבן צו עסן?
און די תלמידים זאגן צו אים: פונוואנען זאלן מיר נעמען אין דער מדבר אזויפיל ברויט, אזש צו זעטיקן אזא מאסע מענטשן?
און זיי זענען אוועק אינם שיפל צו אן איינזאם ארט אליין.
און ווען די שליחים האבן זיך אומגעקערט, האבן זיי אים דערציילט אלץ, וואס זיי האבן געטאן. און ער האט זיי גענומען צו זיך און איז אוועק אין א שטאט אריין, וואס האט געהייסן בית‑צידה.
צומארגנס האט ער געוואלט ארויסגיין קיין גליל, און געפינט פיליפוסן; און יהושע/ישוע זאגט צו אים: פאלג מיר נאך.
און דער פיליפוס איז געווען פון בית‑צידה, פון דער שטאט פון אנדריי און פעטרוס.
פיליפוס געפינט נתנאלן און זאגט צו אים: אים, פון וועמען משה האט געשריבן אין דער תורה, און די נביאים, האבן מיר געפונען, יהושע/ישוע בן יוסף פון נצרת.
און נתנאל האט צו אים געזאגט: פון נצרת קען דען זיין עפעס גוטס? זאגט פיליפוס צו אים: קום און זע.
זאגט נתנאל צו אים: פונוואנען קענסטו מיך? האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: איידער נאך פיליפוס האט דיך גערופן, האב איך דיך געזען, בשעת דו ביסט נאך געווען אונטער דעם פייגנבוים.
צי זאגט איר דען נישט: נאך פיר חדשים, און עס קומט דער שניט? זע, איך זאג אייך: הייבט אויף אייערע אויגן און זעט די פעלדער, אז זיי זענען שוין ווייס צום שניט.